לויט די קרעדיט מאניטערינג פירמע "עקוויפעקס" זענען די חובות פון אמעריקאנער שטארק געשטיגן לעצטענס, מענטשן זעען אויס צו זיין זייער נאכלעסיג און סווייפן זייערע קארטלעך רעכטס און לינקס, לויטן די פעדעראל רעזערוו זענען אמעריקאנער יעצט שולדיג פאר די בענק בערך צען און א האלב "טריליאן" דאלער אין אלע סארטן הלוואות אריינגערעכענט מארגעדזשעס, קרעדיט קארדס. פון וואס קרעדיט קארד חובות אליינס באשטייט פון איבער א טריליאן דאלער.
 
בערך א האלבע טריליאן דאלער חובות זענען אנגעצייכענט אלץ שפעט, און בערך דריי הונדערט פופציג ביליאן דאלער ווערט באצייכענט אלץ איבער 90 טעג שפעט. די עווערידזש פון קרעדיט קארד חוב איז בערך פינף און א האלב טויזנעט דאלער, און פילע אמעריקאנער טרעפן זיך פאכאפט אין א קרעדיט קארד חובות נעץ פון וועלכע זיי קענען נישט ארויסקריכן, ווען זיי פרובירן צו באצאלן די חובות פון זייערע קארטלעך אבער טרעפן זיך כסדר טיפער און טיפער אין לאך.
 
מענשטן אין אמעריקע ווערן כסדר פארכאפט אינעם נעץ פון די קרעדיט פירמעס דורך די פילע אפפערס וואס זיי שיקן מיט גלאנציגע הבטחות וויפיל געלט זיי וועלן באקומען דורך ספענדן נאר עטליכע טויזענט דאלער אויפן קרעדיט קארד, און דורך די שרייעדיגע רעקלאמעס פון באקומט א קרעדיט קארד מיט זירא פראצענט אינטערעסט, וואס ווען מען מאכט נאר איין שפעטע באצאלונג שיסן צו פראצענטן ארויף, און ווען מען רעדט צום פירמע זאגן זיי אז דאס איז קלאר געשטאנען ארויסגעשריבן אינעם קאנטראקט (מיט פיצעלע אותיות, וואס מען האט געדארפט א פארגרעסערונג גלאז צו ליינען...)
 
אנשי שלומינו הערן כסדר פונעם ראש ישיבה ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן פון חובות בכלל, און פון קרעדיט קארדס בפרט, דער ראש ישיבה זאגט אייביג ווי מענטשנ'ס לעבן ווערט ממש חרוב דורך די חובות, און דער גלאנציגער קארטל איז גארנישט אזא גאלד גרוב, און די מיילס און ריווארדס וואס די פירמעס געבן איז נאר אריינצוכאפן די נאאיווע קאסטומערס אין זייער נעץ, און רייך ווערן אויפן חשבון פונעם ארימער פארדינער וואס פלאגט זיך צו באצאלן זיינע בילס פון פעיטשעק צו פעיטשעק.
 
דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אז ווער עס קען נישט דורכקומען מיט זיין געהאלט זאל ענדערש גיין נאך געלט, און נאך בעסער איז מען זאל גיין הפצה, און מזכה זיין אידן מיט די מצוה פון צדקה, און זיי איינוועגס געבן לעבן, און אזוי זאל מען נישט אריינפאלן אין חובות. און פון די אנדערע זייט טאר מען נישט לעבן פאר יענעם, זאלסט איבערטראכטן אז אפשר דארפסטו נישט אויסגעבן אזויפיל געלט אויף נארישקייטן נאר ווייל יענער זאל זען. פארוואס דארף א וואך נאכט קאסטן "נאר" פופצן הונדערט דאלער? דער אדווערטייזמענט שרייעט אז עס איז ממש א מציאה, אבער פארוואס פארווען פארוועם? איז אויסגעהאלטן צו קויפן א סטרעטשי פאר א דריי חדשים'דיג קינד פאר הונדערט דאלער? דאס איז דאך א הימל געשריי? ווער האט ריווח דערפון - אויסער וויזא און מעסטער קארד? וואס ביי אן "אפשערן" קען קאסטן מער פון פופציג דאלער? קענסט מיר זאגן פארוואס דו דארפסט רופן א האלבע שטאט צום אפשערן? דו מיינסט אז איינער פריידט זיך מיט דעם אז ער "מוז" קומען זען ווי "קיוט" זיין אוטפיט איז? הער שוין אויף לעבן פאר יענעם וועסטו האבן א חיים טובים.
 
אז דו וועסט מקיים זיין דעם "לך לך" וועסט לעבן פאר דיר, פיר דיין לעבן לויט וואס איז גוט פאר דיר, ווי רש"י לייגט צו "להנאתך ולטובתך", וועסטו האבן אלע גוטע ברכות וואס די פסוק רעכענט אויס, קינדער, פרנסה, און א גוטע נאמען, "ונברכו בך כל משפחות האדמה".