"קרעמל" אויף קול ברסלב צייכענט אפ דעם יובל החמישים
כה סיון תשפ"ו 📝
באמת וואלט מען געדארפט שרייבן אן ארטיקל יעדע וואך באזונדער אפצוגעבן א באריכט איבער די הערליכע שמועסן אינעם "קרעמל" אפטיילונג אויף די בארימטע "קול ברסלב" האטליין. אבער יעצט, ווען מ'האלט ביים אפצייכענען דעם "יובל החמישים", קען מען עס בשום אופן נישט לאזן אריבערגיין אן דעם וואס מען זאל עס באמערקן און ארויסהייבן.
די הערליכע אפטיילונג לויפט שוין העכער א יאר צייט, כמעט יעדע וואך אן קיין שום אויסנאם. יעדער וואס האט עס נאר אמאל אויסגעהערט האט א געוואלדיגע הנאה, און מ'פילט אז מ'מוז ווידער ארויפגיין יעדע וואך נאכאמאל. כאטש דער שמועס ציט זיך געווענדליך פאר א שעה אדער צוויי, דאך שלינגט דער עולם די ווערטער מיט גרויס דורשט.
די אפטיילונג ווערט אנגעפירט דורך צוויי חשוב'ע אינגעלייט: דער באקאנטער מלמד הרב בערל שניצעלער אינאיינעם מיט זיין שותף הרב שמואל אייכנשטיין. אנשי שלומינו פילן א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די דאזיגע אינגעלייט פאר זייער גרויסער איבערגעגעבנקייט. זייער שמועס באשטייט פון אראפברענגען יעדע וואך אן אינגערמאן מאנשי שלומינו; מען גייט דורך זיין לעבנס-געשיכטע בקיצור, און מען שטעלט זיך אפ בעיקר אויף די פונקטן וואס זענען א לימוד אויף למעשה. מען הערט זייער סיפור התקרבות – וויאזוי יעדער אינגערמאן איז געוואר געווארן פונעם רבי'ן – און די שוועריקייטן און מיטמאכענישן וואס זיי זענען דורכגעגאנגען אין זייער לעבן און וויאזוי זיי האבן זיך געשטארקט.
אז מ'הערט אויס די פופציג שמועסן, איז ממש א וואונדער צו זען ווי יעדער איינציגער קומט מיט א גאנץ אנדערע מעשה, אנדערע נסיונות, און אן אנדערן מהלך וויאזוי ער האט זיך מחזק געווען און ווייטער געצויגן. ס'גיט א געוואלדיגע חיזוק צו זען וויאזוי יעדער האט א צווייטע געשיכטע, אבער אלע קומען דורכדעם צום זעלבן אויספיר: דער רבי האט אן עצה פאר יעדן איינעם. דער רבי איז דא פאר מיר פונקט ווי פאר יעדן - סיי פאר א תלמיד חכם, א פשוט'ן ארבעטער, א ביזנעסמאן, און פאר יונג און אלט צוגלייך. די לימודים פונעם רבי'ן ווי 'אביסל איז אויך גוט', 'קוק גוט אויף זיך', 'לערנען אפילו מ'פארשטייט נישט', 'נישט אפלאזן דעם אויבערשטן זאל זיין וואס זאל זיין', אדער צו וויסן אז 'מ'האט קיינעם נישט אויסער דעם אייבערשטן' – די אלע עצות ארבעטן ביי יעדן איינעם. די עצות קענען יעדן צוריקברענגען און אויסהיילן, סיי פון גשמיות'דיגע מחלות ווי עדיקשאנס, דיפרעשאן, אדער ענקזייעטי, און זיכער פון רוחניות'דיגע קרענק. מ'באקומט אן אמת'ע סיפוק אין לעבן, מ'באקומט א קאנעקשאן צום אויבערשטן, און מ'ווערט נישט צעבראכן פון יעדן דורכפאל.
אז דו קוקסט אויף א קאפעליע וואס שפילט א הארציגן ניגון, פארשטייסטו דאך אז דאס איז צוזאמענגעשטעלט פון פארשידענע אינסטרומענטן. איינער האלט א פידל, דער צווייטער א פייפער, א דריטער א קלארינעט, און דער פערטער א פויק. יעדער איינער געבט ארויס אן אנדערן קלאנג, יעדער האט אנדערע סטרונעס אדער קנעפלעך מיט וואס ער 'זינגט'. דער פידל קען נישט נאכמאכן דעם זאפטיגן קול פונעם קלארינעט, און דער קלארינעט קען נישט ארויסברענגען די ווארימע געפילן פונעם פידל. די גאנצע שיינקייט פונעם ניגון איז נאר ווען יעדער ברענגט ארויס זיין אייגענעם, ספעציעלן און געשמאקן קלאנג; ווען מ'הערט אלעמען אינאיינעם, ערשט דעמאלטס קומט ארויס א הערליכער ניגון בשלימות.
דעם דאזיגן געדאנק פילט מען גאר שטארק נאכ'ן אויסהערן די אלע הערליכע שמועסן פונעם "קרעמל". יעדער איינער פארמאגט דאך זיינע אייגענע נסיונות און כוחות הנפש, און יעדער האט א באזונדערן תפקיד וואס נאר ער אליין קען אויפטוהן. אבער אלע אינאיינעם זענען מיר דא מיט איין קלארן ציל: צו זינגען דעם הערליכן ניגון פון אמונה, א געזאנג פיל מיט האפענונג, וואס וועט צוריקברענגען און מקרב זיין יעדן איד וואס הערט דאס צום אויבערשטן.
האט איר קאמענטארן אדער הערות? רופט אדער שיקט א טעקסט צו 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com