ר' חיים מאיר ערפס אינאיינעם מיט ר' ליפא בראך איבערראשן אנשי שלומינו מיט נייע ברסלב'ע מוזיק אלבום
טו תמוז תשפ"ג 📝
אין די טעג ווערט באקאנט איבער א נייע אלבום וואס דער באקאנטער און געשמאקער זינגער ר' חיים מאיר ערפס (אדער ווי באקאנט אלץ "סי-עם-אי") פראדוצירט מיטן מיטארבעט פונעם מייסטער מוזיק אראנדשירער ר' ליפא בראך. דער נאמען פונעם אלבום וועט זיין "א מופת בין איך". די ניגונים זענען ווארימע און הארציגע ניגונים אויף אידיש נתחבר געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א, וואס יעדע ניגון איז א שיעור פאר זיך פול מיט חיזוק, אמונה, שמחה, און מעסעדזשעס וואס וועט אונז העלפן יעדן טאג.
די ארויסגעבער האבן נישט געשוינט קיין מיה און פלאג אז דער נייער אלבום "א מופת בין איך" זאל ארויסקומען מיטן העכסטן מאס פראפעשאנליזם. דער אלבום אנטהאלטן צען באזונדערע ניגונים, וואס יעדע ניגון האט זיין אייגענע געשמאק און מעסעדזש.
אין די זעלבע צייט וואס ר' חיים מאיר איז פארנומען מיטן ארויסגעבן זיין אייגענע אלבום, האט ער אלעס געלייגט אין די זייט, זאגענדיג אז העלפן דעם ראש ישיבה קומט פאר אלעמען.
די צוהערער וועלן נתעורר ווערן פונעם ראש ישיבה שליט"א ווי ער זינגט פון זיין ריינע הארץ, און ווי באקאנט יעדער וואס הערט נאר דעם ראש ישיבה שליט"א זינגען דערמאנט זיך פונעם אויבערשטן, און עס ברענגט אים א הרהור תשובה.
ביים הערן דעם אלבום וועט מען פארכאפט ווערן פון די הערליכע הארציגע ניגונים, וואס באשטייט פון נייע און אלטע הערליכע ניגונים, דער נייער אלבום ברענגט ארויף די ברסלב'ע ניגונים אויף א פרישע שטאפל ווי נאך קיימאל בעפאר. ווי מען הערט פון די ארויסגעבער שטעלט זיך ארויס אז אן אלבום מיט אזא תוכן, פראפעשינאלקייט, און מעסעדזש איז נאך נישט געווען אויף די אידישע מארק.
אין די יעצטיג טעג האלט מען שוין ב"ה ביי די לעצעט שטאפלען פון מיקסן, און מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט עס שוין אויפן גאס קומענדיגע מוצאי שבת נחמו הבעל"ט.
דער נייער סידי וועט זיכער האבן א געוואלדיגע פאזיטיווע השפעה אויף אלע צוהערער, און וועט צוברענגען פילע אידן צו ווערן נענעטער צום אויבערשטן.