שאלה:
א גרויסער ישר כח ר' גרשון, איך האב לעצטנס געהערט שמועות אז אילאן מאסק אנטוויקלט א ראבאט וואס זאל קענען טון אלע סארט געווענליכע שטוב ארבעט ווי קאכן, רייניגן, וכדומה. אויך זאגט מען אז ער וויל עס מאכן גענוג ביליג אז פשוט'ע מענטשן זאלן עס קענען קויפן. איז דא עפעס אמת דערין? אויב יא, ווען קען מען עס ערווארטן?
 
א גרויסן דאנק, ט. יאקאבאוויטש, קרית יואל
 
ענטפער:
יא, דאס וואס דו הערסט איז אמת, אבער עס זענען דא נאך ראבאטן אויסער ביי טעסלא. ליידער זענען דא אסאך מענטשן וואס זייער גאנצע לעבן איז ממש "ראבאטיש", ער שפילט די ראלע פון א "טאטע", און די פרוי שפילט "מאמע", אבער עס זענען נישט קיין שום געפילן פון איינע צום צווייטן.
 
ער קומט אין בית המדרש ווי א ראבאט, ווייל מיין שכן גייט אין שול, ער דאווענעט ראבאטיש, ווייל יעדע "נארמאלע" מענטש דאווענט, ער האט א "טו דו ליסט - וואס דארף איך טון נישט צו גיין אין גיהנום" און מאכט טשעקס, ✓ תפילין ✓ דאווענען. וואס איז נעקסט? מיר "קושן" נישט טעכניש די ציצית ביי קריאת שמע, נאר מיר קושן עס צוזאם, מיר פרייען זיך דערמיט. מיר זענען נישט קיין ראבאטן. מיר דאווענען נישט מאנאטאן ווי אן עי איי וואס זאגט אפ וואס מען לייגט אריין אין אים, מיר "רעדן צום אויבערשטן" א גאנצן טאג, מיר דאנקען אים און מיר בעטן אים וואס מיר דארפן.
 
טעסלא, ארבעט טאקע אויף א ראבאט וואס ער רופט אפטימוס (אסאך רופן עס "טעסלא באט"). ער זאגט אז ער צילט צו ערצייגן א ראבאט וואס וועט קענען טון פשוטע שטוב ארבעט וואס מענטשן שפירן אלץ צו לאנגווייליג.
 
טעסלא האט שוין געוויזן מוסטערן פון זייער ערשטע ווערסיעס וואס קענען גיין, טראגן זאכן, צאמלייגן קליידער, און ניצן פשוט'ע ארבעטס געצייג. מאסק זאגט אז אין דער צוקונפט האפט ער אז עס וועט קענען טון רוב פיזישע ארבעט וואס מענטשן טוען. מומחים גלייבן אז עס וועט נאך נעמען עטליכע יאר ביז אזעלכע ראבאטן וועלן ווערן גענוג זיכער, און ביליג עס זאל ווערן פארשפרייט.
 
פאר אונז בלייבט נאר איבער צו געדענקען אז מיר זאלן נישט ווערן קיין גולמים וואס טוען מצוות אנשים מלומדה אן קיין נשמה און אן קיין געפיל. מיר זאלן שטייגן אין עבודת ה' און ווערן שטערקער און בעסער און זוכן נאר קרבת אלקים און ווערן בעסער אידן. דאס וועט אונז ברענגען צו האבן א זיסע און געשמאקע לעבן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.