שאלה:
א גרויסן ישר כח פאר אייערע הערליכע וועכנטליכע ארטיקלען!

איך בין זייער נייגעריג ווי אזוי ראדיא אנטענעס ארבעטן. קענט איר עס ביטע מסביר זיין? 
 
נ.ב., קרית ברסלב
 
ענטפער:
דו פרעגסט זייער גוט, און איך וועל פרובירן עס צו ענטפערן דאס בעסטע וואס איך קען, כאטש איך אליינס פארשטיי אויך נישט אינגאנצן.
 
א ראדיא אנטענע ארבעט אזוי: עס שיקט אדער כאפט אויף אומזעבארע ענערגיע כוואליעס פון דער לופט. ראדיא כוואליעס זענען א סארט "עלעקטראמאגנעטישע" כוואליע - אזוי ווי ליכטיגקייט כוואליעס, אבער וויבאלד זיי זענען "לענגערע" כוואליעס, קענען אונזערע אויגן עס נישט זען.
 
ווען איינער רעדט אריין אין א ראדיא מיקראפאן, ווערט זיין קול פארוואנדעלט צו עלעקטרישע סיגנאלן, און דערנאך "שטופט" די אנטענע ארויס די סיגנאלן צו די לופט אלס "ראדיא כוואליעס", וועלכע פארן מיט אן אומגעהויערן שנעלקייט, "ליכט שנעלקייט" וואס פליעט בערך 186,000 מייל א סעקונדע!
 
ווען די אנדערע אנטענע וואס איז אנגעשטעלט אויפצוכאפן יענע כוואליעס "שפירט" אז די כוואליע איז אנגעקומען צו אים, וועט די אנטענע צוריק איבערטוישן די ראדיא כוואליעס צו עלעקטרישע סיגנאלן, און דער מאשין געבט עס ארויס אלץ א הערבארע שטימע. אזוי ארום קען א מענטש "הערן" וואס עס ווערט געזאגט אין א ווייטע פלאץ.
 
אויב מיר וואלטן ווען געקענט זען ראדיא כוואליעס, וואלט מיר געזען די לופט ארום אונז פול מיט מיליאנען כוואליעס וואס פליען ארום - נייעס ראדיאס, עמערדזשענסי קאמוניקאציעס, עראפלאן סיגנאלן, הצלה און פאליציי ראדיאס, וויי-פיי, בלו-טוט, און נאך אסאך  - אלע פליען דורך נעבן אונז אן דעם וואס מיר זאלן עס הערן, זען אדער שפירן.
 
אבער מיט דעם ריכטיגן "אנטענע", קענען מיר ליינע און הערן די אלע מעסעזשעס וואס קומען אין אונזער ריכטונג.
 
דאס מיינט מען טאקע אונז. דער אויבערשטער שיקט אונז מעסעדזשעס, מיר קענען זיין בלינד שטום און טויב, און זיך פארהוילן דערפון חס ושלום. אדער קען מען צוהערן דעם צדיק, דער וואס כאפט אויף די אלע מעסעזשעס און געבט אוועק אלעס וואס ער האט, אלעס אונז צו העלפן מיר זאלן קענען פארשטיין און הערן וואס דער אויבערשטער וויל פון אונז.
 
עס איז דא א בחירה, מיר קענען הערן די נייעס ראדיאס, און ווערן דערשראקן אז דאס מאל איז די ענדע פון די וועלט. מאמדאני ווערט מעיאר פון ניו יארק סיטי, וואס וועט זיין? עס איז דא א גאווערמענט פארשליסונג, אלעס איז פארמאכט. יעצט קומט אזא מאכטפולע האריקעין וואס ניו יארק האט נאך קיינמאל נישט געזען. פוטין האט ערצייגט א פרישע וואפן וואס פארשעמט יעדע אנדערע באמבע. ווילסט הערן נייעס: עס איז נישטא קיין נייעס. די אלע באמבאסטישע קעפלעך פון די צייטונגען זענען כסדר די זעלבע זאך, זיי ווערן נישט מיעד פון דערשרעקן און פארפאניקן. דאס איז זייער אויפגאבע, פאר דעם זענען זיי דא.
 
איך האב פאר אייך אנדערע נייעס. נייעס וואס וועט אייך העלפן אין לעבן. משניות איז מיין נייעס. די סדרה פון די וואך איז מיין נייעס. וואס איז די העדליינס היינט? "אברהם גייט רעכטס ווייל לוט גייט לינקס". נאך א נייעס? "אברהם אבינו איז נישט רואיג, ער האט נאך היינט נישט געטון א טובה פאר א צווייטן".
 
מען דארף בלויז אנשטעלן די אנטענע צום ריכטיגן פריקווענסי, און די מעסעדזשעס קומען דורך קלאר.