די פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א שיינע ראש חודש סעודה ביים ראש ישיבה שליט"א אינדערהיים, מיט א געקליבענע צאל געלאדענטע געסט, וואס שטרענגען זיך אן ארויסצוהעלפן מיט גרעסערע סכומים די באקאנטע "כולל היכל הקודש", וואו די אינגעלייט זיצן און לערנען על התורה ועל העבודה.
 
א רייכע סעודה איז סערווירט געווארן לכבוד ראש חודש, דער ראש ישיבה שליט"א האט נישט געגעבן קיין פארמאלע דרשה, נאר פארברענגט און געשמועסט מיט די פארזאמלטע, גאר געשמאקע שיינע שמועסן פון וואס דערעולם האט גאר שטארק הנאה געהאט.
 
טייל פון די שמועסן איז רעקארדירט געווארן און מען קען זען און מיטהאלטן דא אויף "ברסלב סענטער" אזוי אויך קען מען עס הערן אויף "קול ברסלב" טעלעפאן ליין, מען האט גערעדט פון די מגילת סתרים, די באהאלטענע סודות וואס דער רבי האט געזאגט וואס ווען זיין ביז משיח וועט קומען, אריינגערעכנט וואס עס וועט ווערן פון רוסלאנד. מען האט גערעדט פון די כולל אינגעלייט, וואס מען לערנט יעצט, די מקצועות וואס זיי פארהערן זיך ביי פילע רבנים, איבער כולל געלט, איבער פארשידענע צדקה צוועקן, וועלכע זענען וויכטיגער פון די אנדערע, ווי אזוי ווייסט מען פאר וועמען צו געבן, מען האט געשמועסט פון די היסטאריע פון די קהלה און די מוסדות, וועלכע קינדער נעמט מען יא און און וועמען נישט, מיט פארשידענע מעשיות וואס האט זיך אפגעשפילט אין לויף פון די יארן, מיט נאך גאר אסאך אינטערעסאנטע פארשידנארטיגע נושאים.
 
נאכ'ן בענטשן ברכת המזון האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טענצל, און דער ציבור איז זיך צעגאנגען מיט פרייליכע געפילן, נאך אזא געשמאקע ראש חודש פארברענג מיט'ן ראש ישיבה שליט"א.
 
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף איז אין פלאן צו מאכן כסדר אזעלכע סארט ראש חודש פארברענגען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, ספעציעל פאר די חשובע תומכים וואס ברענגען גרעסערע געלטער צו קענען די הוצאות פונעם כולל פאר'ן גאנצן חודש.
 
די אייגנארטיגקייט פון דעם כולל היכל הקודש איז ברייט באקאנט, דער ראש ישיבה שליט"א נעמט נישט אריין אין כולל סתם אינגעלייט וואס זוכן צו לערנען אביסל אויף יוצא צו זיין, פאר דעם צוועק קען מען גיין ארבעטן און נאך אנקומען צו לערנען גענוג און נאך אינדערפרי און ביינאכט, אין כולל היכל הקודש קומען אריין נאר די אינגעלייט וואס זענען באמת תורתם אומנתם, זיי האבן גארנישט עפעס אנדערש אויסער די הייליגע תורה, און מיט'ן ציל צו לערנען און אנקומען און זיך פארהערן, און אויסוואקסן דיינים און גדולי תורה. און ווי עס זאגן עדות סיי
ווער עס גייט נאר אריין אינמיטן טאג אין כולל, איז ממש נישטא צו וועמען צו רעדן, די כולל אינגעלייט זענען איבערגעבויגן איבער די ספרים, עס הערט זיך א געשמאקע קול תורה, און מען זעט נישט און מען הערט נישט קיין שום זאך אויסער לימוד התורה.
 
כי הם חיינו ואורך ימינו!