ראש ישיבה שליט"א אפגעפלויגן קיין ארץ ישראל פאר א קורצע באזוך
כ אדר ב' תשפ"ב 📝
אין די יעצטיגע מינוטן געפונען זיך הונדערטער אשני שלומינו פארזאמעלט אין איינע פון די גרויסע זאלן אין בני ברק ווי עס ווערט אפגעראכטן א גרויסע מעמד קבלת פנים פארן ראש ישיבה שליט"א וואס איז נארוואס אנגעקומען קיין ארץ ישראל, אינאיינעם מיט א סעודת יארצייט לרגל די הילולא פונעם הייליגן צדיק דער רבי רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע. הילד החשוב שמעון פרענקל ני"ו א אינגל פון צוועלף יאר, א תלמיד פון היכל הקודש, א זון פון הרה"ח יצחק שמואל שליט"א, גבאי ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים, וואס האט געפאלגט דעם הייליגן רבין, און במשך די לעצטע עטליכע יאר דורכגעזאגט גאנץ ש"ס, איז ארויפגעקומען און געמאכט ברבים דעם סיום הש"ס, במעמד פון ראש ישיבה שליט"א.
דער ראש ישיבה טרעט יעצט אויף מיט ווארימע ווערטער פארן ציבור, און איז מחזק צו פאלגן דעם רבין, בפרט אז מען זאל אנהייבן לערנען אויפן סדר דרך הלימוד, און טראסטן דעם רבין, וואס זאגט (שיחת הר"ן סימן ע"ו) "אין צריכים בלימוד רק האמירה בלבד", און דער ראש ישיבה זאגט: דער רבי איז מבטיח אז "וממילא יבין".
דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט קיין ארץ ישראל נעכטן דינסטאג נאכט, ווי ער פארט צום הקמת המצבה פון זיין גרויסן זיידן דער גרויסער פוסק הגאון האדיר רבי יחזקאל רוטה זצ"ל. טראצדעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געפלאנט צו פארן פריוואט, האבן אבער א גרויסע צאל בחורים תלמידים געבעטן אויב זיי קענען מיטקומען, און דער ראש ישיבה שרייבט, אז למעשה האבן זיך בערך דרייסיג בחורים זיך מיטגעכאפט צוזאמען מיטן מנהל הישיבה הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א, און דער ראש ישיבה האט געשריבן אז מען וועט אויסנוצן די פאר טעג ביז קומענדיגע וואך זונטאג הבעל"ט, ארומצופארן אויף קברי צדיקים אין ארץ ישראל מיט די בחורים, און פועלן ישועות פאר גאנץ כלל ישראל.
ווייטערדיגע אפדעיטס פון די נסיעה וועלן בעז"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג.
🛒 פסח אין ברסלב סענטער