רבני הכולל אין קרית ברסלב שטעלן זיך צום פארהער אויף גאנץ הלכות שבת ביי גדולי הרבנים שליט"א
יח אלול תשפ"ה 📝
גרשון קרעמער
אין א געוואלדיגע דערגרייכונג האבן די אינגעלייט פונעם כולל היכל הקודש אינעם שטעטל געענדיגט אין די טעג די קאמפליצירטע הלכות פון הלכות שבת, און פינף אינגעלייט האבן זיך געלאזט פארהערן ביי גרויסע רבנים.
די פארהערן זענען אפגעהאלטן געווארן במשך עטליכע טעג, ווי די אינגע רבנים פון כולל האבן זיך ארויסגעוויזן צו האבן קונה געווען די פילע סימנים פון הלכות שבת, וואס נעמט אריין גאר אסאך אנדערע שווערע סוגיות.
מאנטאג זענען איז דער כולל אראפ געפארן קיין מאנסי צו הרה"צ ר' אברהם וויינגארטן שליט"א, דינסטאג איז מען געווען ביי הרה"צ ר' מיכל שטיינעץ שליט"א דער סקווירער דיין אין בארא פארק, שפעטער איז מען געפארן קיין מאנסי צום דיין הרה"צ ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א ראש הכולל ליזענסק, און מיטוואך איז מען געווען ביים קארלסבורגער רב שליט"א אין בארא פארק, דער פאטער פונעם ראש ישיבה שליט"א.
יעדע דיין האט פארהערט אויף זיין וועג, טייל האבן געפרעגט שאלות פון די אברכים איינע נאכן צווייטן, אנדערע האבן ארויפגעברענגט שווערע שאלות און אריינגעפירט די אינגעלייט אין א תורה הלכה שמועס, אבער אלע זענען פה אחד נתפעל געווארן פון די אינגעלייט ווי שיין זיי האבן קונה געווען די הלכות, אבער מער פון דעם, האט די תורה זיי געלערענט, מען האט געזען איידעלע אינגעלייט וואס יראתם קודמת לחכמתם, און זענען ראוי צו פסק'ענן שאלות פאר אידישע קינדער.
די פינף אינגעלייט וואס האבן זיך פארהערט זענען הרב יחזקאל שארף שליט"א, הרב שרגא שטראסער שליט"א, הרב אלחנן רוטה שליט"א, הרב הערשל בוים שליט"א, און הרב יצחק פעלדמאן שליט"א.
בראש פונעם כולל שטייט דער דיין הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, וואס האט באגלייט די אינגעלייט און זיי געהאלפן אנקומען ביז אהער, אונטער די פירערשאפט פונעם דיין האט דער כולל זיך משלים געווען אין הלכות שבת במשך פיר יאר.
לויטן פלאן וועט מען יעצט אנהייבן אינעם כולל די וויכטיגע הלכות פון יורה דעה חלק א', ווי די אינגעלייט וועלן עס לערנען און קונה זיין במשך די קומענדיגע תקופה, מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף.