רוב טיקעטס שוין אויספארקויפט ביים מעמד הכתרה פונעם דיין שליט"א קומענדיגן זונטאג
א אלול תשפ"א 📝
קרעדיט: מו"ה ארי פיש הי"ו
מיט גרויס עקסטאז גרייטן זיך אנשי שלומינו צום געהויבענעם מעמד הכתרה, וואס וועט פארקומען בעזרת השם יתברך אום זונטאג פרשת תצא, ז' אלול הבעל"ט, און וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר אינעם גרויסן אוידיטאריום פונעם בנין המוסדות אין ליבערטי, ווי מען וועט אפגעבן דעם פאסיגן כבוד התורה, ווען דער ראש ישיבה שליט"א וועט ממנה זיין דעם גרויסן תלמוד חכם וואס יראתו קודמת לחכמתו הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א אלץ דיין ומורה צדק בקהילת היכל הקודש ברסלב ליבערטי, און וועט בעז"ה שטיין צום דינסט פונעם ציבור צו פסק'נען שאלות.
מען האט אויפגענומען דעם בארימטן "פיוזשען איווענט" פירמע אנגעפירט דורכן טאלאנטפולן ר' יואל ווערצבערגער ני"ו, אנצופירן אלע טעכנישע ענינים פונעם מעמד, דער הערליכע פראגראם, דער אויסשטעלן פונעם זאל, די סעודת מצוה, און די שירה וזמרה.
עס וועט מהנה זיין ביים מעמד די בארימטע "הלווים" קווייער צוזאמען מיטן בארימטן שפילער ר' ישראל גאלדשטיין הי"ו, מען ארבעט אויס הערליכע ניגונים און פרקי חזנות וואס וועט הערליך אראפגעלייגט ווערן לכבוד דעם גרויסן און היסטארישן מאורע, אזוי אויך וועט מען זינגען ווארימע ימים נוראים ניגונים אלץ הכנה צו די הייליגע טעג וואס קומט שוין אט אט.
אויך ווערט אויסגעארבעט די דעטאלן פונעם גרויסן סעודת מצוה וואס וועט זיין צוגעגרייט פאר אלע משתתפים, אויך גרייט מען צו א באזונדערע פלאץ פאר די קינדער צו קענען מיטהאלטן די כבוד וואס מען געט פאר די תורה.
מען האט אפגעשמועסט מיט די פאליציי און מסדר זיין די טרעפיק און פארקינג, צו די צופרידנהייט פון אלע משתתפים. מען גרייט צו עטליכע פארקינג ערטער אינעם געגענט צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור. אבער מיט'ן ערווארטונג פונעם גרויסן ציבור איז נישט מעגליך צוצושטעלן גענוג פארקינג אינעם געגענט, דעפאר וועט צוגעשטעלט ווערן שאטל באסעס פון שטעטל אהין און צוריק עקסטער פאר מענער און פרויען, וואס וועט טראגן דעם ציבור. מען בעט טאקע דעם ציבור זאל למען הצלת המעמד נאר צו פארקן אין שטעטל און פון דארט נעמען דעם שאטל וואס וועט צוטראגן בעזרת השם צום טיר פון זאל.
עס וועלן אויפטרעטן דער ראש ישיבה שליט"א, דער דיין שליט"א און נאך פילע רבנים ביי וועם דער דיין שליט"א האט געלערנט די אלע יארן און גענומען שימוש.
דער ראש ישיבה שליט"א טוט איינלאדענען אלע אנשי שלומינו מיט די משפחות צו דער היסטארישער מעמד הכתרה וועט וועט לאנג געדענקט ווערן ביי אלע באטייליגטע.
מען בעט זייער אז מען זאל קויפן טיקעטס צום מעמד וואס פריער, אזוי אז מען זאל קענען צוגרייטן די סעודת מצוה ביים מעמד לויטן ציבור המשתתפים.
יגדיל תורה ויאדיר
🛒 צו קויפן א טיקעט ביים מעמד הכתרה
📖 צו קויפן א תיקוני זוהר
📖 צו קויפן א סעט משניות
📚 צו קויפן לוח ברסלב תשפ"ב
📚 די טעג פון בין הזמנים
🎹 נייע מוזיק ווידיא, טאטע עפן מיר די טיר