רויטע מילך קומט צוריק צו די חדרים און שולעס
כו טבת תשפ"ו 📝
איך ווייס נישט וויפיל קאפ דו לייגסט צו דיין קינד'ס לאנטש מעניו, אבער די וואך האט זיך געטוישט א רעגולאציע וואס קען שטארק בענעפיטירן די קינדער. די רעגירונג האט געטוישט די פאליסי. שולעס זענען פון יעצט ערלויבט צו סערווירן פאר די קינדער אויך די באליבטע רויטע מילך, אנשטאט וואס מען האט ביז יעצט נאר געמעגט געבן בלויע און גרינע.
וואס איז די מעשה? א סך יארן איז געווען די אנגענומענע מיינונג אין די רעגירונג קארידארן צו בעפארצוגן א נידעריגע פעט דייעט, און דערפאר האבן זיי ערלויבט צום מערסטנס די בלויע 1% מילך. אבער מיט די יארן האט די מציאות געוויזן אז דאס טויג נישט. מלמדים און טיטשערס האבן געזען אז קינדער טרינקען פשוט נישט די בלויע מילך, און עס שטעלט נישט צו די וויכטיגע נוטרישאנס וואס די קינדער דארפן האבן. עס האט גורם געווען צו אסאך בל תשחית. גאנצע באקסעס פון מילך זענען געגאנגען לאיבוד פשוט ווייל קיינער האט עס נישט געטרונקען. צוביסלעך זענען די קאמפלעינס אנגעקומען צו דער רעגירונג, וואס האט ארויפגעברענגט זארגן אז קינדער פארפאסן וויכטיגע נוטריענטס וואס זיי האבן געוואלט די קינדער זאלן באקומען דורך טרינקען מילך, ווי פראטין, קאלציום, און פארשידענע וויטאמינען.
פון דער אנדערער זייט האבן געזונט מומחים אנגעהויבן איינצוזען אז די נידעריגע פעט דיעט איז נישט אינגאנצן ריכטיג. פעטנס וואס קומען פון בעלי חיים ווי פון פלייש און מילך זענען אויפגעוויזן געווארן אז זיי הייבן נישט קיין קאלעסטראל, און זענען נישט דער גורם פאר די איבערוואגיגקייט, וואס מען האט געוואלט ארויפלייגן אויף די פעטנס.
אויב מיינסטו אז מיט'ן געבן פעטע מילך וועט שוין דיין קינד אויסוואקסן געזונט און שטארק, קען זיין אז בגשמיות איז עס א גוטע זאך, און מען דארף דאנקען דעם אויבערשטן אז אונזערע קינדער באקומען געשמאקע גוטע און כשר'ע מאכלים אין די חדרים און אין די סקולס; אבער דאס קען נישט באמת געבן פאר א קינד די וויכטיגסטע נוטריענטס וואס ער דארף האבן צום לעבן.
א קינד דארף האבן גוטע ווערטער צו קענען אויפוואקסן געזונט. ער דארף הערן "דו קענסט", ער דארף הערן "ביסט גוט", ער דארף שפירן ווי מען גלייבט אין אים און מען דארף אים לאזן אויפוואקסן. א קינד וואס מען נעמט אים צו די געזונטע פעטנס, די ווארימע גוטע ווערטער, קען ליידן שפעטער פון קאלעסטראל, פון בלוט דרוק, ער ווייסט נישט פארוואס אלעס דרוקט אים, אלעס טוט אים וויי. דאס איז ווייל ער איז נישט זיכער מיט זיך, ער האט מורא פון זיין אייגענעם שאטן. בשעת די קינדער זיצן אין חדר, און זיי טרינקען פון די גרינע, בלויע אדער רויטע מילך, געבן די טייערע מלמדים און טיטשערס אריין אין די קינדער א גוטע דאזע פון נוטרישן. די קינדער הערן א מעשה פון א צדיק, וואס איז דורכגעגאנגען שווערע נסיונות, אבער ער האט זיך דערהאלטן, ער האט נישט אפגעלאזט דעם אויבערשטן. זיי הערן פון די מלמדים ווי יעדער איד קען אנהייבן פון פריש, און ווי דער אויבערשטער האט ליב יעדן קינד. דאס איז וואס געבט זיי אמת'ע לעבן.
כי הם חיינו ואורך ימינו