רוסישע דראונס האבן געטראפן אומאן
יח חשון תשפ"ז 📝
פון: גרשון קרעמער
ס'איז קוים דורך אביסל מער פון א חודש זינט אנשי שלומינו האבן זיך צוריקגעקערט פון די הייליגע נסיעה צום רבי'נס ציון אין אומאן. עס איז געווען דינסטאג נאכט פרשת לך לך ווען די סירענעס אין אומאן האבן צוגעקלונגען... בשעת רוסישע דראונס זענען געפלויגן העכער די שטאט.
כאטש ס'גייט אן א מלחמה אין אוקראינע, האלט דאס נישט אפ די צענדליגער טויזנטער אידן פון קומען צום רבי'ן. דער אויבערשטער, דער שומר ישראל, היט אויף אונז; בשעת מיר זענען געווען אין אומאן האט גארנישט פאסירט ב"ה, און אפילו יעצט ווען די רוסישע דראונס האבן זיך אנגעריקט קיין אומאן, איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן, און ס'זענען אפילו נישט געווען קיין שאדנס אין דעם געגנט וואו אנשי שלומינו געפינען זיך במשך די טעג פון ראש השנה.
לויט ווי די באריכטן געבן איבער, האבן די דראונס געטראפן א גרויסן סופערמארקעט, ווי אויך איז א האטעל (ב"ה נישט קיין אידישע) געטראפן געווארן פון א דראון. ס'איז געווען איין לייכט פארוואונדעטע און אביסל שאדנס פון פייער.
פינף טעג פריער, ליל שישי פרשת נח, האט א רוסישע דראון אויפגעריסן אין א הויכע אפארטמענט-געביידע אין אומאן, וואו פינף מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן.
ברוך השם אז ס'איז נישט געווען קיין שום שאדן ביים הייליגן ציון אויף פושקינא גאס, אדער ביי סיי וועלכע אנדערע אידישע פלאץ אין שטאט.
אנשי שלומינו זענען מתפלל אז די נארישע זינלאזע מלחמה זאל זיך שוין ענדיגן, און די אומזינסטע בלוט-פארגיסונג זאל שוין נעמען אן עק. ס'איז ממש א וואונדער צו צוקוקן ווי די צוויי לענדער רייסן זיך שוין ארום אזויפיל יארן; הונדערטער טויזנטער סאלדאטן זענען שוין נעבעך אומגעקומען פון ביידע זייטן, אבער מ'קען נישט אראפקריכן פונעם בוים. די מציאות איז אז ביידע זייטן שטייען שוין ביים זעלבן פלאץ פאר עטליכע יאר, און דער איינציגסטער חילוק וואס מ'זעט איז נאר נאך און נאך צענדליגער טויזנטער טויטע סאלדאטן.
דאס אלעס דארף אונז אויפוועקן און דערמאנען וואס דאס מיינט א מחלוקת און קריגערייען. ווען מיר קריגן זיך ארום טוט מען גארנישט אויף, און וואס מער מ'טענה'ט זיך אלץ מער פארפלאנטערט ווערט מען. לאמיר זיך אפלערנען פון זיי צו טון פונקט פארקערט: זיך פארלאזן אויפ'ן אויבערשטן און געדענקען אז קיינער קען אונז נישט טון קיין גוטס אדער שלעכטס אויסער דער באשעפער אליין.
דער אויבערשטער זאל העלפן און היטן אויף אלע אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם, מיר זאלן אלע קענען פארן און קומען צום ציון פונעם הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה געזונטערהייט.
הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.