אלעקסיי נעוואלני האט זיך שטארק באקאנט געמאכט אין די לעצטע יארן זייענדיג איינער וואס האט זיך געוואגט זיך קעגן צו שטעלן דעם רוסישן פרעזידענט ווילאדימיר פוטין, לויפענדיג אין די וואלן פאר פרעזידענט אין יאר 2018 למספרם. זייענדיג א כאריזמאטישער מענטש מיט שאנסן צו טשאלאנדזשען פוטין, האבן די רוסישע באאמטע אנגעהויבן צו לייגן אומגעהויערע שטרויכלונגען קעגן אים, מען האט אים גערודפט אין געריכט און באשולדיגט מיט אלע סארטן קלאגעס. זייענדיג אויף א פליגער פון טאמסק קיין מאסקווע אין יאר 2020 למספרם איז ער אוועקגעפאלן, וואס האט זיך דערנאך ארויסגעשטעלט צו זיין א מארד פראוו פון די רוסישע עף עס בי (אזוי ווי די עף בי איי אין אמעריקע) אגענטן. נעוואלני האט זיך ערהוילט אין א דייטשע שפיטאל, און טראץ עס איז געווען קלאר אז פוטין וויל אים זען טויט, איז ער צוריק געפארן קיין רוסלאנד אינעם לייבן גרוב, פאר אביסל כבוד.
 
דא האבן מיר א ביישפיל ווי כבוד האט פאקטיש גע'הרג'עט, פאר אביסל כבוד. אבער אפילו מען האלט נישט ביים ווערן פיזיש גע'הרג'עט, וועט א מענטש אבער הרג'ענען זיין לעבן פאר אביסל כבוד. פאר פופצן מינוט וואס מענטשן וועלן שמועסן "וואו האט דיין חתן געלערענט?", וועט ער נעמען א בחור א חיה רעה וואס וועט רודפן זיין טאכטער איר גאנץ לעבן, בלויז ווייל ער זאל קענען עטפערן "מיין חתן האט געלערנט אינעם לומדישן ישיבה".
 
אזוי אויך וען א מענטש פאלט אריין אין קנאה ער רעדט זיך איין אז יענעם גייט בעסער, ער פארגעסט אז דער אויבערשטער געט סיי פאר אים און סיי פאר יענעם פונקטליך אזוי ווי עס דארף צו זיין, עסט מען זיך אויף לעבעדיגערהייט, און עס נעמט ארויס א מענטש פון זיין לעבן, אפילו אויב מען טוט אים נישט קיין תכריכים, גייט ער ארום ווי א לעבעדיגער מת מיט א הוט און רעקל, ער עסט זיך דאס געזונט פארוואס יעדעם גייט גוט, און נאר אים איז שלעכט.
 
די זעלבע זאך מיט תאוה, וואס פאר א הנאה פון פופצן מינוט קען א מענטש פארלירן סיי די וועלט און סיי יענע וועלט, און דאך פאלן נעבעך מענטש אריין אין דעם פאסטקע.
 
דערפאר דארפן מיר בעטן דעם אויבערשטן "נעם ארויס פון מיר די קנאה תאוה און כבוד", ראטעווע מיך פונעם נעץ אין וואס דער סמ"ך מ"ם וויל מיר אריינשלעפן." דאס איז די איינציגסטע עצה צו געראטעוועט ווערן דערפון.
 
הקנאה והתאוה והכבוד מוצאין את האדם מן העולם
 
אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.