אין נייעס פון די הויכע רוימען קומט אריין א באריכט אז דער רוסישער ספעיס שיף מיטן נאמען לונא-25 וואס איז ארויסגעשיקט געווארן אנהויב חודש אויגוסט למספרם האט אריינגעקראכט אין די לבנה אויבערפלאך און איז גענצליך חרוב געווארן. דער באריכט איז באשטעטיגט געווארן דורך מר. ראס קאסמאס, דער פירער פון די רוסישער ספעיס אגענטור.
 
דער מיסיע איז דער ערשטער רוסישער מיסיע צו די לבנה זינט 1976 למספרם ווען רוסלאנד איז נאך געווען א טייל פונעם סאוויעטן פארבאנד. רוסלאנד'ס ספעיס אגענטור האט אריינגעלייגט אומגעהויערע כחות אין דעם לונא 25 מיסיע, עס איז אריינגעגאנגען דערין איבער צוואנציג יאר ארבעט, און האט אריינגעצויגן אין איבער צוועלף א האלב ביליאן רובל, דער מיסיע האט געפלאנט צו געדויערן איבער א יאר צייט, דער ציל פון די מיסיע איז געווען צו דורכפירן פילע וויסנשאפטליכע עקספירימענטן אויפן לבנה און העלפן פילע טעכנאלאישע פארשריט. אזוי אויך האט עס געזאלט אויספלאסטערן א וועג פאר א נייע ספעיס לאנדונג טעכנאלאגיע אויף צוקונפטיגע רוסישע לבנה מיסיעס.
 
דער דורכפאל האט איבערגעלאזט א גרויסע פראגע איבער די רוסישע ספעיס מעגליכקייטן, און צי זיי זענען בכלל ביכולת אנצוקומען צו זייערע ווייטע און גרויסע אמביציעס.
 
בשייכות מיט דעם באריכט קומט אריין א א גאר מערקווידיגן עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט מיט איבער זעכציג יאר צוריק, ווען עס איז פארגעקומען א הייסע ספעיס קריג צווישן די מערב וועלט לענדער מיט די סאוויעטן, ווען יעדער האט פרובירט איבערצושטייגן דעם אנדערן מיט פרישע ספעיס דערגרייכונגען, צווישן זיי האבן סיי אמעריקע און סיי רוסלאנד געוואלט אנקומען צו די לבנה, אין יענע טעג האט זיך דער לעלובער רבי הרה"ק ר' משה מרדכי זי"ע געפונען אין עיה"ק מירון, איין טאג איז ער געשטאנען דארט פארטראכט און ארויפגעקוקט צום הימל, און נאך עטליכע מינוט האט ער זיך אנגערופן: "די רוסן ווילן דערגרייכן די לבנה, אבער עס וועט זיי נישט געלונגען, זיי וועלן דורכפאלן, פאר די אמעריקאנער וועט עס געלונגען, דאס איז צוליב וואס די אמערקאנער האבן אמונה, אבער די רוסן זענען געמיינע כופרים".
 
מוהרא"ש פלעגט זאגן אז די סיבה פארוואס די וועלט האט אזא רעספעקט פארן אמעריקאנעם דאלאר איז צוליב וואס עס שטייט אויפגעשריבן אויף יעדע אמעריקאנער מטבע און באנקנאט "אין גאד ווי טראסט", "מיר גלייבן אין אויבערשטן". און פאר אמונה האבן אלע דרך ארץ. מוהרא"ש פלעגט דערפאר אלץ עצה'נען אז ווען מען האט צו טון מיט מענטשן זאל מען כסדר דערמאנען דעם אויבערשטן, אפילו ווען מען דארף האנדלען מיט גוים, ווען מען דארף גיין עפעס ערלעדיגן ביי א שטאטישע אפיס, אדער מען זיצט אין א גוי'יאשע טעקסי, זאל מען אים זאגן עפעס וואס דערמאנט דעם אויבערשטן, צום ביישפיל אז ער האט דיר עפעס א טובה געטון, זאג אים "גאד בלעס יו", "דער אויבערשטער זאל דיר בענטשן", אדער אויב ער באקלאגט זיך אויף עפעס וואס גייט אים שווער, זאג אים "איי וויל פרעי פאר יו טו גאד", "איך וועל דאווענען פאר דיר ביים אויבערשטן", און דו וועסט זען וואונדער ווי אלע טויערן וועלן זיך דיר עפענען.
 
וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך