אין די יעצטיגע טעג קומט פאר ביים ווייסן הויז איינע פון די גרעסטע בוי-פראיעקטן אין איר היסטאריע: מ'בויעט צו א ריזיגן נייעם זאַל פאר מלכות'דיגע מסיבות - וואס וועט גענצליך ענדערן דעם מזרח טייל פונעם ווייסן הויז.



דער נייער זאַל ערווארטעט צו זיין גיגאנטיש גרויס. לויט די אפיציעלע פלענער, וועט עס אנטהאלטן ארום 90,000 סקווער פיס, וואס איז גרעסער ווי דער הויפט חלק פון ווייסן הויז, וואס איז ארום 55,000 סקווער פיס. און וועט קענען אריינעמען ביז טויזנעט געסט אויף אמאל.
 
דער נייער זאל ווערט געבויעט אויף פלאץ פונעם ביז יעצטיגן מזרח פליגל, וואס פלעגט אלץ דינען אלץ די אפיס פונעם פרעזידענט'ס פרוי, און אלס א הויפט אריינגאנג פאר די באזוכער. דער גאנצער פליגל איז גענצליך אראפגעווארפן געווארן צו מאכן פלאץ פאר די נייע געביידע, וואס וועט זיין פארבינדן מיט די הויפט געביידע פונעם ווייסן הויז, וואס און וועט זיין געבויט אויפן זעלבן קלאסישן ארכיטעקטור סטיל.
 
דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס ביי עטליכע קהלות אין ניו יארק בויעט מען יעצט גרויסע הערליכע חתונה זאלן פאר די פרייז פון צענדליגע מיליאנען דאלארן, און מיט די הילף פון נדבות פון אחינו בני ישראל וואס קויפן אפ די זכותים פונעם בויען, וועלן זיי גענוצט ווערן צו פארגרינגערן די הוצאות החתונה פאר די בני הקהלה אויפן שטייגער וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט אין היכל הקודש, און וועט געגעבן ווערן גענצליך בחנם פאר די מחותנים, זיי זאלן קענען חתונה מאכן זייערע קינדער מיט הרחבת הדעת, און נישט דארפן חלילה זיך צוריקהאלטן פון טון דעם רצון ה' און חתונה מאכן די קינדער צוליב די דרוק פון חובות וואס איז מעביר את האדם מדעתו ומדעת קונו רח"ל.
 
דער זאל פונעם ווייסן הויז ווערט געשאצט צו קאסטן לכל הפחות 200 מיליאן דאלער, און אויך דא ווערט עס געבויטע מיט נדבות פון פריוואטע מענטשן, ביזנעסלייט וואס שטיצן דעם פרעזידענט.