אלע אנשי שלומינו זענען העפליך געלאנדענט צו א קאלירפולע פארברענג וואס קיינער וויל נישט פארפאסן, לטובת דעם וואוילטעטיגן בית התבשיל וואס שטייט שטענדיג גרייט מיט אירע ברייטפארצווייגטע אקטיוויטעטן במשך דעם גאנצען יאר ארויסצוהעלפן יעדן יחיד, און עס מוז דרינגענד געשאפן ווערן דעם סכום פון הונדרעט פופציג אלפים צו העלפן אז די עסקנים זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט זייער עבודת הקודש.
 
דער רייכער באנקעט וועט בעז"ה פארקומען דעם קומענדיגן זונטאג שופטים (אוגוסט 13) ביים בית התבשיל אויף 136 דערמען רד. וואו א ברייטער נאכטמאל וועט סערווירט ווערן, און א געשמאקע שמועס מיטן ראש ישיבה וועט נאכפאלגן.
 
נדיבי לב! די עסקני בית התבשיל לייגן אריין איבערמידליכע כוחות און געבן זיך אוועק לילות כימים, כסדר פרובירט מען וואס מען קען צולייגן, בעסער מאכן, און ארויסהעלפן אנשי שלומינו ובפרט די תושבים פון שטעטל, נאך מער אין די לעצטע תקופה זינט מען איז אריינגעשפרינגען און צוגעלייגט דעם נאכטמאל פראיעקט וואו עס איז צוגעשטעלט טעגליך פון שענסטן און בעסטען אויף א גאלדענעם טאץ, פון וואו עס זענען שוין ארויס הונדערטער נארהאפטיגע פארציעס לכל דכפין.
 
די עסקנים בעטן זיך: זיי זענען שטענדיג גרייט לטובת הציבור, אבער יעצט מוזן זיי צוקומען צום ציבור צו קענען ווייטער אנגיין. ביטע לייגט צו א פלייצע צו די עבודת הקודש דורך זיך משתתף זיין בגוף ובממון ביים יערליכן באנקעט לטבות דעם בית התבשיל קומענדיגען זונטאג פרשת שופטים, און קויפט א זכות אין די פולצאליגע פעולת נשגבים פון וועלכע אלע תושבים האבן הנאה!
 
די עסקנים האבן ארויסגעלייגט גאר גרויסע זכותים וואס מען קען אפקויפן פאר בלויז עטליכע דאלער: סאפער לחודש $7,200, פרנס חלוקה $3,600, סאפער לשבוע $1,800, פרנס השבת $1,200, סאפער ליום $360, זכות שותפות $180.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט נעכטן געשריבן א בריוו פאר אנשי שלומינו ווי ער בעט אלעמען צו קומען זיך משתתף זיין:  "בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן, לכבוד אנשי שלומינו שיחיו, איך וויל יעדן איינעם פערזענליך איינלאדענען דעם קומענדיגן זונטאג פרשת שופטים, צו די יערליכע מסיבה וואס איך מאך פארן בית התבשיל פון אונזער שטעטל קרית ברסלב, וואס וועט פארקומען אין שטוב פון האברך היקר שלמה יאקאבאוויטש, דער גבאי פונעם בית התבשיל. עס איז דא צדקות וואס מען דארף מסביר זיין וואס די צדקה איז, וואס די צדקה טוט און וואו די געלט גייט, ביים בית התבשיל דארף מען גארנישט זאגן; אלע ווייסן וואס דאס איז, און די גאנצע שטעטל האט הנאה פונעם בית התבשיל; איינער מער איינער ווייניגער, אבער הצד השווה שבהן, אז אלע האבן נוצן פון דעם, אלע זענען זיך מחי' מיט די עסן און מיט די חלוקות וואס זיי טיילן אויס א גאנץ יאר. דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות די מצוה פון צדקה זאלן מיר אלע האבן א כתיבה וחתימה טובה און א יאר מיט שפע. מוהרא"ש זאגט, די גרעסטע צדקה איז געבן עסן פאר הונגעריגע מענטשן."