פון: גרשון קרעמער
 
אז מען עפנט היינט סיי וועלכע אויסגאבע אדער צייטונג, וועט מען זען אז די רוב אדווערטייזמענטס דרייען זיך ארום דריי זאכן: עסן, קליידער, און טעראפי. עסן און קליידער איז שוין דא א מארקעט דערויף זינט בריאת העולם, ווייל יעדער מענטש מוז דאך עסן און זיין אנגעטון. אבער דאס וואס עס טוט זיך היינט מיט "מענטל העלט", זעט אויס ווי א שטיק מיסטעריע. יעדער צווייטער קרעכצט: איינער זאגט אז ער ליידט אויף ענקזייעטי, דער צווייטער שרייט אז ער איז דעפרעסט, און א דריטער דרייט זיך ארום מיט פחדים וואס לאזן אים נישט שלאפן ביינאכט. מען לויפט פון איין טעראפיסט צום צווייטן, און ביי יעדע נייע טעראפיסט ווערט מען נאר מער און מער צומישט.
 
וואס גייט דא פאר? וואס איז געשען? ווער האט ריכטיגע און קלארע עצות? פונקט פאר דעם איז דא דער "טעראפי גליון". פאר די וואס האבן עס נאכנישט באגעגנט: מען רעדט דא פון א וועכנטליכן גליון וואס באשטייט פון צוויי זייטן מיט געקליבענע בריוו פונעם ספר "עצתו אמונה", וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך מוסדות היכל הקודש ברסלב בנשיאות פונעם ראש ישיבה שליט"א. יעדע וואך ווערן אויסגעקליבן עטליכע בריוו פון אידן וואס האבן זיך געוואנדן צום ראש ישיבה מיט נפשיות'דיגע שווערקייטן, און דערביי ווערט געדרוקט די ווירקזאמע תשובה וואס דער ראש ישיבה האט זיי צוריקגעשריבן, אלעס געבויט אויף די ווערטער פון די הייליגע תורה, חז"ל, און אונזערע הייליגע רבי'ס.
 
אויפ'ן קעפל פונעם גליון ווערן אויסגערעכנט א טייל פון די ענינים וואס ווערן דארט כסדר באהאנדלט: שאלות וואס האבן א שייכות מיט ענקזייעטי, דיפרעסיע, פאביעס, עדיקשאנס, OCD, פאניק אטאקעס, סעלף קאנפידענס און נאך פילע נושאים וואס ווערן דארט הערליך אויסגעשמועסט. אבער דער וואס לערנט די גליונות יעדע וואך, טרעפט דארט אן א שיעור אנדערע טעמעס וואס באקומען א תירוץ און אן ענטפער, ווי למשל סעלף עסטיעם, כעס, דאגות, נאטורליכע היילונגען, שלאף פראבלעמען, פיער פרעשור, סטרעס, פארמאכטקייט און נאך פיל.
 
אין די תשובות רעדט דער ראש ישיבה צום ליינער ממש ווי א ליבליכער טאטע צו זיין קינד; ער גיבט פראקטישע עצות - ווי למשל וויאזוי זיך צו באפרייען פון קרעדיט קארד חובות, אדער וויאזוי אנצונעמען די עצות און רפואות פונעם דאקטאר - אלעס מיט'ן ציל צוריקצופירן דעם מענטש צום באשעפער, צו תפילה, צו התבודדות און צו שמחה. די עצות פונעם רבי'ן זענען די בעסטע טעראפי, וואס היילט אויס יעדן סארט ווייטאג און ברענגט דעם מענטש צו שלימות.
 
און דאס איז טאקע דער סוד פון די הצלחה פונעם גליון: א איד ליינט א בריוו פון א צווייטן איד און ער זעט אז עס זענען דא נאך מענטשן וואס גייען דורך די זעלבע שוועריקייטן וואס ער גייט דורך. ער זעט אז ס'איז דא אן עצה, ס'איז דא האפענונג, און דער אייבערשטער איז מיט אים.
 
יעדע וואך קומט ארויס א פרישע גליון, און ברוך השם אז מ'האלט שוין יעצט ביי דעם סימבאלישן נומער הונדערט! א געוואלדיגע יישר כח קומט זיך פאר אלע עוסקים במלאכת הקודש וואס ארבעטן שווער הינטער די קוליסן, זיי קלויבן אויס די בריוו, גרייטן עס צו און זעען צו אז די גליון זאל ארויסקומען יעדע וואך אין א שיינעם און קלארן פארמאט, כדי אנשי שלומינו זאלן האבן א פרישע געשמאקע "טעראפי" לכבוד שבת קודש.
 
מ'קען באקומען די גליון וועכנטליך אויף אימעיל דורך שיקן א טעקסט מיט אייער אימעיל אדרעס צו 347-651-1218, אדער דורך שיקן אן אימעיל צו trpy458@gmail.com. די גליונות קען מען אויך טרעפן אויף די "ברסלב סענטער" וועבסייט breslevcenter.com, אונטער די פעידזש פון "ספרים" / "גליונות לכבוד שבת".
 
הרופא לשבורי לב ומחבש לעצבותם!
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.