ריקאל אויף פארפרוירענע סטראבעריס
יז תמוז תשפ"ו 📝
די וואך האבן עטליכע היימישע פירמעס, וואס שטייען אונטער גוטע השגחות, ארויסגעלייגט א וויכטיגע ריקאל אויף פארפרוירענע סטראבעריס וואס שטאמען פונעם לאנד פערו און ווערן פארקויפט אין די פריזערס אין אונזערע גראסעריס. די סיבה פונעם ריקאל איז נאכדעם וואס מען האט ליידער געפונען תולעים אין די פראדוקטן.
וויאזוי קען פאסירן אזא זאך ביי א פראדוקט מיט א גוטן הכשר? דער ענטפער איז נישט קלאר, אבער אין די כשרות ליין איז דאס די מציאות: אלעס וואס מען טשעקט פארקויפט מען נישט, און דאס וואס מען טשעקט נישט, פארקויפט מען יא.
פארוואס איז דאס אזוי? אויב א קאמפעני נעמט א קאנטעינער פון, לאמיר זאגן, הונדערט טויזנט סטראבעריס, נעמט מען א סעמפל און מען איז בודק נאר איין אדער צוויי פראצענט. אויב די סעמפל איז ריין און גוט, מאכט דאס א חזקה אויף די איבעריגע אז זיי זענען אויך גוט און ריין. די סטראבעריס וואס מען האט יא געטשעקט קען מען שוין נישט פארקויפן, ווייל מען האט זיי שוין געשניטן, צעריבן און געפאטשקעט, ממילא גייען זיי אין מיסט און מען פארקויפט די אנדערע. צוליב דעם קען אפשר טיילמאל פאסירן אזא זאך. די פירמעס האבן ארויסגעשטעלט א מודעה אז מען זאל אראפנעמען פון די שעלווס אלע סטראבעריס פון פערו, און אויב איינער האט עס שוין געקויפט, זאל מען עס צוריקברענגען אין געשעפט פאר א פולן ריפאנד.
עסן ווערים איז א הארבע זאך; מען איז עובר אויף עטליכע לאווין, און עס איז חלילה מטמטם דעם מוח. דער רמב"ם שרייבט אז אויב מען עסט ח"ו נישט קיין כשר'ע מאכלים, קען מען נאכדעם ח"ו באקומען קשיות אויף די אמונה. מען טאר זיך נישט אליין פסק'ענען און קויפן מאכלים אונטערוועגנס אין א געז סטעישאן, טראכטנדיג "וואס קען שוין ליגן אין דעם?", ווייל מען קען קיינמאל נישט וויסן אליין וואס פארא אינגרידיענטס די גויים נוצן אין זייערע מאכלים.
אין פילע מאכלים און משקאות נוצן זיי בלוט פון באשעפענישן צו מאכן קאלירן, אדער יין נסך. און אפילו ווען עס זענען דא בלויז כשר'ע אינגרידיענטס, קען עס זיין געקאכט אדער געווייקט אין טריפה'נע כלים, וואס מאכט אלעס טריפה.
אויב איינער וויל עסן פרישע סטראבעריס, זאגט דער דיין שליט"א קען מען נוצן געשיילטע סטראבעריס, וואס אויף דעם איז נישטא קיין שום שאלה. אפילו ביי פרישע סטראבעריס אן קיין שום הכשר, אויב מען שיילט זיי אפ און מען שווענקט זיי גוט אויס, קען מען זיי רואיג עסן.
אז מען רעדט שוין פון כשרות, האט דער דיין אונז אנצומערקט א זאך וואס נישט יעדער ווייסט: אז פרישע קארן (קארן אויפן קאב) איז פיל מיט ווערים. אינעווייניג צווישן די ציינדלעך געפינען זיך מייטס, טריפס און אנדערע מיני שרצים, און מען טאר דאס נישט עסן אזוי ווי עס איז. דער דיין שליט"א, האט געזאגט אז אויב מען וויל עסן פרישע קארן, דארף מען אראפשניידן די קערלעך פונעם שטאם, עס אפוואשן אונטער א שטארקע שטראם פון וואסער העכער א זייער, און נאר אזוי מעג מען דאס עסן.
בעיבי קארן, אדער רעגולער קארן אין קענס, אדער קארן-און-די-קאב אין די פריזער מיט א פארלעסליכע הכשר, קען מען בעז"ה רואיג עסן, אבער פרישע קארן איז פיל מיט תולעים.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.