קרעדיט: מו"ה רפאל פורסט הי"ו
אזוי ווי די רעגיסטראציע פאר די הייליגע מוסדות היכל הקודש ברסלב פארן קומענדיגן יאר תשפ"ב הבא עלינו לטובה איז שוין אריין אין פולן שוואונג, האט די אדמיניסטראציע פון די הייליגע מוסדות ארויסגעשיקט רעגיסטראציע בויגענס פאר אלע חשובע עלטערן די שותפים אין די חינוך פון די טייערע קינדערלעך.
די הנהלה בעט זייער שטארק אלע חשובע עלטערן מען זאל זיך נעמען די צייט און איבערקוקן אלע פארמס וואס מ'האט געשיקט, און באשטעטיגן/פאררעכטן די אינפארמציע, און צולייגן אלע פארלאנגעט דאקומענטן, העלט פארמס, אימוניזענשאן רעקארדס, מסדר זיין די שכר לימוד און און צוריק שיקן צו די אפיס ווי אמשנעלסטן.
די איינוואוינער אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, דארפן אויך אויספילן א "דיסטריקט באסינג פארם", וואס דורכדעם וועט מען בעזרת השם יתברך באקומען צוגעשטעלט באס טראנספארטאציע דורך די שטאט.
די הנהלה שפירט פאר וויכטיג צו באטאנען אז אזוי ווי די הייליגע מוסדות זענען זיך זייער צואוואקסן קיין עין הרע, און די פלאץ איז שוין זייער זייער ענג, בעטן זיי בכל לשון של בקשה אז מען זאל מסדר די רעגיסטראציע ווי אמשנעלסטן, כדי צו פארמיידן עגמת נפש שפעטער, און מען זאל נאך קענען מסדר זיין יעדן קינד על צד היותר טוב בעזרת השם יתברך.
מען קען צוריק שיקן די רעגיסטראציע דורך די פאסט, אדער דורך פעקס 718-463-5397 אדער אימעיל tuition@breslevoffice.com.
צו איישרייבן נייע קינדער דארף מען רופן אין אפיס 718-384-1652 עקסטענשאן 105.
די ברסלבע מוסדות וואס שטייט שוין איבער צען יאר כן ירבו, איז באקאנט פאר אלעמען, אז דארט לייגט מען דער עיקר דגוש אויף אויסלערנען די קינדער "אמונה", אז אמונה זאל נישט זיין נאך א זאך וואס זיי ווייסן, און מען נעמט עס ארויס איין-צוויי מאל א יאר ווי למשל פסח ביינאכט, אדער פורים נאכמיטאג, נאר דא איז דער עיקר אויסצולערנען די קינדער זיי זאלן לעבן מיטן אייבערשטן, די אמונה זאל ביי זיי זיין קלאר און זיכער, און זיי זאלן אויפוואקסן פון די יונגסטע עלטער וויסנדיג אז דער באשעפער איז ממש דא מיט זיי אייביג און איבעראל.
אזוי אויך לייגט מען א געוואלדיגע געוויכט אז די קינדער זאלן וויסן זייער חשיבות אז זיי זענען געבוירן געווארן אלץ אידן, און האבן באקומען די הייליגע תורה פונעם אייבערשטן, און נאר אויב מען פאלגט דעם אייבערשטן קען מען האבן א גוטע לעבן, אפילו אויף דער וועלט.
און דעם תלמוד תורה געט מען שטארק אכטונג אז די קינדער זאלן אויפוואקסן געזונט אויך בנפש, ווי יעדער מלמד און טיטשער גיבט אכטונג נישט צו פארשעמען קיין קינד. מען לערנט אויס די קינדער וויאזוי מען לעבט מיט אנדערע מענטשן און זיך רעכענען מיט א צווייטנס געפילן. מען איז מחנך די קינדער מיט שמחת המצוות, מען פארציילט פאר די קינדער אזעלעכע מעשיות פון צדיקים וואס רעדן צו קינדער, און מען לערנט זיי אויס אז אויך זיי קענען זיין א צדיק, און קענען וואקסן ערליכע אידן.
ברוך השם, עס זענען ארויסגעקומען פון די מוסדות הערליכע פירות, עס זענען שוין דא פילע אינגעלייט און ווייבלעך תלמידים און תלמידות פון די הייליגע מוסדות, יראי השם, וואס לעבן מיטן אייבערשטן, און פירן ערליכע אידישע שטובער על דרך ישראל סבא.

אין העולם מתקיים אלא בזכות הבל תינוקות של בית רבן