די פעדעראלע רעגירונג אין אמעריקע שפאנט יעצט אריין אינעם פערטע וואך פון א רעגירונג פארשליסונג, וואס מאכט עס איינע פון די לענגסטע אין די אמעריקאנער היסטאריע. מיליאנען אמעריקאנער שפירן די תוצאות דערפון ווען קאנגרעס קען זיך נישט פאראייניגן און דורכפירן א בודזשעט אפשטימונג.
דער שאטדאון האט זיך אנגעהויבן אום אקטאבער 1 למספרם, נאכדעם וואס די געזעצגעבער האבן נישט באוויזן צו באשטעטיגן א צייטווייליגע שפענדינג ביל. וויכטיגע סערוויסעס האבן ווייטער אנגעהאלטן, אבער הונדערטער טויזנטער פעדעראלע ארבייטער זענען זינט דאן געבליבן אינדערהיים אדער ארבייטן ווייטער אן ווערן באצאלט.
פוד סטעמפס פראגראמען אין עטליכע שטאטן אריינגערעכענט ניו יארק, זענען קריטיש נידעריג, די רעגירונג זאגט אז ווילאנג עס ווערט נישט געשטימט אויף א פרישע בודזשעט ווייסן זיי נישט פון וואו זיי וועלן קענען באצאלן פוד סטעמפס אויפן קומענדיגן חודש. אינצווישן, פונקציאנירן לופט-פעלדער, גרעניץ זיכערהייט, און פעדעראלע געריכטן אונטער עמערדזשענסי פראטאקאלן.
טראץ אנגייענדע פארהאנדלונגען, האבן ביידע פליגלען פון קאנגרעס אפגעווארפן מערערע פארשלאגן. די רעפובליקאנער ווילן מען זאל ווייטער שניידן הוצאות, בעת די דעמאקראטן ווילן עס העכערן. יעדע זייט באשולדיגט די אנדערע פאר דעם פארצויגענעם פארהאנקערטן צושטאנד.
אנאליסטן זאגן אז די מחלוקת איז מער איבער סטראטעגיע און מאכט ווי עס איז איבער פאליסי. מיט א די מיד-טוירם וואלן וואס דערנענטערט זיך, האלטן ביידע פארטייען אז די צושטאנד וועט זיי מער העלפן ווי שאטן.
די אלע וואס זענען פארקאכט און פארקויפט פאר די פארטייען וועקן זיך אויף און ווערן פרוסטריט מער און מער יעדן טאג זעענדיג אז די פארטייען זארגן זיך בלויז אויף איין זאך, זייער בענקל. עס קומערט זיי גאנץ ווייניג וואס עמך ליידט צוליב דעם. עקאנאמיסטן ווארענען אז אויב ווייטער ציען דעם שאטדאן ביז נאוועמבער למספרם, קענען די סך הכל פארלוסטן צו דער אמעריקאנער עקאנאמיע גרייכן צענדליגער ביליאנען דאלארן.

דער הייליגער רבי לערנט אונז אויס אז מיר דארפן האבן איין ציל. דינען דעם אויבערשטן, און זיך פרייען מיט יעדע מצוה'לע וואס מיר כאפן אריין. און וואס וועט זיין מיט די פוד סטעמפס? דער זעלבער באשעפער וואס האט געהאלפן ביז אהער, וועט ווייטער העלפן זאלסט האבן וואס אריינצולייגן אין טעלער אויך קומענדיגע חודש, אפגעזען וואס וואשינגטאן וועט טון.