רעגן אין שטאט
כז חשון תשפ"ה 📝
שאלה: וואס איז דער תועלת פון רעגן אין די באוואוינטע שטעט, אין די וועלדער און פעלדער דארף מען האבן רעגן צו מאכן וואקסן די געוויקסן, און פאר די קוועלער, אבער אין שטאט ווערן וואס איז באדעקט מיט גאסן און הייזער ווערט רוב רעגן אוועקגעוואשן? א. רייזמאן
ענטפער: זייער א שיינע שאלה. לאמיר אויפמישן די גמרא אין מסכת תענית (פון דף ז' און ווייטער) "אמר רבי אבהו, גדול יום הגשמים מתחיית המתים, עס איז גרעסער א רעגנדיגע טאג פון תחיית המתים"... "אמר רב יהודה, א רעגן טאג איז אזוי גרויס ווי דער טאג ווי מתן תורה", "רבא זאגט, אז עס איז גרעסער פון דער טאג פון מתן תורה"... "רבי חנינא בר אידי זאגט אז תורה איז צוגעגליכן צו וואסער, פונקט ווי וואסער רינט אלץ אראפ, אזוי אויך תורה האלט זיך נאר ביי איינער וואס האלט זיך קליין".... "רבי חמא ב"ר חנינא זאגט אז א רעגן טאג איז אזוי גרויס ווי דער טאג וואס דער וועלט איז באשאפן געווארן"... "רב אושעיא זאגט אז אין א רעגן טאג קען מען זיך אויסבעטן אלע ישועות פון אויבערשטן"... "רבי תנחום בר חנילאי זאגט אז דער אויבערשטער איז מוחל די עבירות פון אידישע קינדער אין א רעגן טאג"... "רבי יוחנן זאגט, דער טאג פון רעגן איז אזוי גרויס ווי דער טאג וואס אידן וועלן ארויסגיין פון גלות"... די אלע גוטע השפעות בקומען די אידן פון שטאט און די אידן פון די פעלדער אייניג. מיר אלע דארפן ישועות, מיר אלע דארפן תשובה טון, און א רעגן קומט אונז דערמאנען אז דער אויבערשטער וויל אונז הערן, ער וויל אונז געבן ישועות און אונז געבן א געלענגעהייט צו אנפאנגען פון פריש.
בגשמיות טוט רעגן אין שטאט נאך פילע זאכן, די גאסן ווערן אפגעוואשן, און אפילו די לופט ווערט גערייניגט פון די רעגן, אין שטאט איז אויך דא ביימער און גראז - טאקע נישט אזוי סאך - די אלע געוויקסן באקומען זייער שפייז דורכ'ן אויבערשטן וואס שפייזט אלע באשעפענישן דורך די רעגן. אויסער דעם קען מען צוזאם זאמלען די וואסערן פון רעגן צו האבן דערפון פארשידענע תועלת'ן; פרעגט נאר די וואס בויען מקוואות אין די שטעט, אויב עס קומט נישט קיין רעגן איז נישטא קיין מקוה, און ווען דער אויבערשטער העלפט און עס קומט א רעגן איז עס א געוואלדיגע שמחה, מען זאמעלט איין די וואסער פון די דעכער דורך ספעציעלע ווענט און פייפס אויף א זייער פארזיכטיגע וועג אז די וואסער זאל זיך נישט קענען איינזאמלען אין קיין שום כלי, און אזוי רינט עס אראפ גראד אריין אין די מי גשמים בור, און דערנאך דארפן מיר זיך בלויז איינטונקען דערין און מיר ווערן ריין און הייליג פאר'ן אויבערשטן. וויאזוי רייניגט א מקוה? איז דען די מי גשמים בור מער ריין ווי וואסער פון די סינק? געווענליך נישט, אבער כך גזרה חכמתו יתברך, דער אויבערשטער האט אזוי געזאגט, אז ווען א מענטש איז טמא, אויב טונקט ער זיך איין אין א מקוה פון מי גשמים ווערט ער ריין.
און אז מען רעדט שוין מסכת תענית איז כדאי צו דערמאנען וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן אז מענטשן וואס ווילן מתקן זיין זייערע עברות זאל נישט פאסטן, ווייל דער רבי האט נישט געלאזט פאסטן, נאר אנשטאט דעם זאל מען געבן צדקה, ווי די גמרא זאגט (ברכות ו) "אגרא דתעניתא צדקתא" אז מען קען אויסלייזן א תענית מיט צדקה, מען זאל געבן געלט פאר ספרים וואס העלפן אידן צוריק קומען צום אויבערשטן, אזוי אויך זאל מען לערנען הונטדער אין איין מאל די מסכת תענית, בבלי, ירושלמי און תוספותא, וואס דאס איז א געוואלדיגע תיקון אנשטאט צו פאסן.