רעזערוואציעס פאר אומאן ראש השנה תשפ"ז ווערן שוין אנגענומען
ג אדר תשפ"ו 📝
מיר אלע בענקען יעדן טאג צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויפ'ן קומענדיגן ראש השנה. ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווען עטץ פארט אהיים מוצאי ראש השנה פון מיר, לייג איך שוין צו די אויער, און איך הער ווי איר קומט שוין נאכאמאל די קומענדיגע ראש השנה." דער הייליגער רבי האט אויך געזאגט: "נישט נאר איר זענט אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה; נאר די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה."
כאטש מיר האלטן נאך יעצט אין חודש אדר, לויפן אבער די טעג זייער שנעל. דאס ערשטע זאך וואס מיר דארפן טון איז מתפלל זיין צום אייבערשטן; אן תפילה ארבעט גארנישט. א מענטש קען מאכן פלענער און האבן א קלארן חשבון, אבער אלעס ווענדט זיך אינעם אויבערשטן. מיר דארפן בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין צווישן די צענדליגער טויזנטער אידן וואס קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה.
צוזאמען מיט תפילה, דארף מען אויך מסדר זיין אן אכסניא אין אומאן – וואו צו עסן און וואו צו שלאפן. כדי דער בנין זאל קענען פונקציאנירן געהעריג און קענען אויפנעמען יעדן איינעם מסודר'דיג, און כדי יעדער זאל קענען פארברענגען און הנאה האבן פון א שיינעם יום טוב אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, מיט די ווארמע תפילות און די זיסע שיעורים און שמועסן פונעם ראש ישיבה שליט"א, און די הערליכע סעודות, דארף מען שוין יעצט רעזערווירן א בעט און נאכפאלגן דעם סדר.
היות עס איז דא א גאר שטארקע נאכפראגע און דער עולם וואס וויל קומען איז פיל גרעסער וויפיל פלאץ עס איז באמת פארהאן, בעטן מיר גאר שטארק מען זאל נישט ווארטן ביז די לעצטע מינוט. נאכ'ן דעדליין וועלן אלע איבעריגע פלעצער ווערן אפן פארן ברייטן ציבור, אן קיין שום התחייבות צו די רעזערוואציעס פון די פריערדיגע יארן. ביטע מאכט אייערע ארעינדזשמענטס פריצייטיג כדי צו פארמיידן עגמת נפש.
כדי צו רעזערווירן א בעט אדער צו ארגאניזירן א גרופע פאר א צימער, ביטע רופט ביז ראש חודש ניסן הבעל"ט. אין חוץ לארץ איז געשטעלט דערויף מו"ה מרדכי ראזענבערג – 845-825-3550. אין ארץ ישראל קען מען זיך ווענדן צו מו"ה ר' יצחק שמואל פרענקל אויף 054-845-6150. און זיי זאגן אז מען וויל רעזערווירן א בעט. ווי געזאגט - ביז ראש חודש ניסן וועט מען אי"ה פרובירן צו האלטן פאר אייך די זעלבע בעט ווי פאראיאר.
ווי געזאגט, איז דא א שטרענגער דעדליין. אלעס מוז זיין אינגאנצן באצאלט ביז ראש חודש סיון. נאך ראש חודש סיון ווערן אלע רעזערוואציעס אפן פאר יעדן איינעם, און מיר וועלן אנהייבן אקצעפטירן נייע רעזערוואציעס. אזוי אויך מוז אלעס ווערן באצאלט מיט איינמאל – מען וועט נישט קענען באצאלן אין פעימענטס.
די פרייזן פאר די בעטן זענען ווי פאלגנד:
ערשטע שטאק – $1,300
צווייטע שטאק – $1,200
דריטע שטאק – $900
פערטע שטאק – $800
עס זענען דא איבערגעגעבענע עסקנים אין אלע פלעצער דורך וועמען איר קענט באצאלן פאר אייער רעזערוואציע:
אין אמעריקע: מו"ה מרדכי ראזענבערג – 845-825-3550 און מו"ה יחזקאל סאמעט – 347-452-1936.
אין ארץ ישראל: מו"ה יצחק שמואל פרענקל – 054-845-6150.
אין ענגלאנד: מו"ה שמחה בלאק – 07388-582-855.
פאר סיי וועלכע הערות, אדער אויב איר ווילט האבן דעם זכות ארויסצוהעלפן מיט די הכנות אדער אינעם בנין דורכאויס די וואך פון ראש השנה, ביטע זיך פארבינדן מיט די גבאים.
"ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך זייער פרייען"