רענאוואציעס אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג
כח אב תשע"ט 📝
אין די לעצטע עטליכע וואכן - ווען רוב ציבור האט זיך געפינען אין די קעטסקילס - האבן די עסקנים אריינגעלייגט גרויסע כחות איבערצופרישן דעם בית המדרש, מען האט געסקרעיפט דעם פלאר, און שיין איבערגעמאכט די ווענט, געפארבט און פארראכטן אלעס וואס האט זיך אויסגעפעלט.
דער גרויסער היכל וועלכע דינט שוין צענדליגע יארן אלץ א צענטראלע ביהמ"ד פאר די קהילה, ווי מען דאווענט און מען לערנט יעדן טאג, עס קומען דארט פאר פארשידענע כינוסים במשכ'ן יאר, ווי יארצייט סעודות, מסיבות, שמחות, א.א.וו. אזוי אויך דינט עס א גאנצע וואך במשך אלע שעות פון טאג אלץ בית המדרש פון די הייליגע ישיבה ווי די בחורים זיצן און לערנען, אזוי אויך לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר דא אין בית המדרש עטליכע שיעורים א טאג, איין שיעור אין גמרא אינדערפרי פארן דאווענען, א שיעור אין גמרא פאר די בחורים אינמיטן טאג, און א שיעור אין התחזקות יעדן נאכמיטאג, אזוי אויך געבט דער ראש ישיבה שליט"א א שיעור פאר אינגעלייט יעדע דאנערשטאג אווענט, ועל כולם קומט פאר אינעם בית המדרש די וועלט בארימטע חתונות בחנם, ווי די שמחה איז עד לב השמים, און מען טאנץ מיט אזא שמחה אזש די ווענט שפירנגען מיט. דאס אלעס האט צוגעברענגט אז דער בית המדרש איז געווארן אפגענוצט, און דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן מען זאל איבערפרישן דעם בית המדרש דער בית מקדש מעט ווי עס פאסט פאר א הייליג ביהמ"ד.
א ספעציעלע דאנק קומט זיך פאר העסקן הדוגל מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו פון "אפעל וואודווארקס" וואס יום ולילה לא ישבות, און האט אריינגעלייגט גאר אסאך צייט, כח און געלט, לפאר ולרומם בית ה'.
די זכותים וואס וועט בעז"ה ארויסקומען פון דעם בית המדרש, ווי עס וועט געלערענט ווערן צענדליגע טויזנטער שעות תורה, פילע הונדערטע אידן וועלן באקומען פון דא טאנען פון חיזוק און האפענונג, מיליאנען דאלער אידיש געלט וועט בעז"ה דא געשפארט ווערן, וועט אוודאי גיין אויפן קאנטע פון די אלע עוסקים במלאכת הקודש.