איבעראל ווי דער אייבישטער באשטערט אז איינע אדער עטליכע פון אנשי שלומינו זאלן זיך באזעצן, נעמט נישט קיין לאנגע צייט, און אנשי שלומינו טון מקיים זיין דעם רצון פון מוהרא"ש זי"ע וואס האט געשריבן אין די לעצטע טאג וואס ער האט זיך געפונען אויף דעם עולם "איך וויל אז יעדער פון אנשי שלומינו זאלן עפענען א שול היכל הקודש אין זיין שטאט, אין זיין געגענט".
 
אנשי שלומינו זוכן צו קומען דאווענען אין א שול ווי מען רעדט נאר הייליגע דיבורים, מען חזרט כסדר אמונה, מען קען רעדן אפן פונעם אייבערשטן. עס נעמט נישט לאנג, און עס ווערן מקורב נאך און נאך אידן צום אייבערשטן. אידן לעכצן נאך א גוט ווארט, מען וויל הערן אז דער אייבישטער וויל דיך יא, דו האסט נאך א האפענונג.
 
אין קרית יואל גייט שוין דער בית המדרש אויף העיס קט. כמעט צוואנציג יאר. אנפאנג פון יאר תשס"ג האבן זיך אנשי שלומינו אין קרית יואל זיך צוזאם גענומען, הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א האט אראפגעגעבן א גרויסע חלק פון זיין הויז און עס מקדיש געווען פאר א בית המדרש. מען האט עס דעמאלטס שיין איבערגעבויט, עס זאל זיין פאסיג פאר א בית המדרש. מען האט איינגעקויפט אלע צרכי בית המדרש, אן ארון הקודש, באלעמער, עמוד, ספרים שענק, ספרים, און אזוי אויך האט מען ארויסגעשטעלט אין גאס א שיינע גרויסע סיין "בית המדרש היכל הקודש דחסידי ברסלב, בנשיאות כ"ק מרן מוהרא"ש שליט"א", וואס איז אין זיינער צייט געווען דער איינציגסטער בית המדרש אינדרויסן פון יבנאל וואס האט געטראגן דעם נאמען "היכל הקודש" און "מוהרא"ש" מיט שטאלץ.
 
אין די אלע יארן איז שוין ארויס פון דעם בית המדרש, אן א מאס און אן א שיעור תורה, תפלה, אמונה, שלום בית, חינוך, און אזוי ווייטער, און אזוי גייט עס נאך ווייטער אן, ווען יעדע וואך קומען ארויף פילע אנשי שלומינו און שכנים און זענען זיך מחיה מיט די הייליגע דיבורים וואס ווערן געזאגט דורכן גבאי פונעם בית המדרש הר"ר יואל פארקאש שליט"א וואס איז דולה ומשקה מתורתו פון הייליגין רבין און זיינע הייליגע תלמדים ווי איבערגעבן דורך מוהרא"ש זי"ע, און געבט אריין חיות און אלע באטייליגטע.
 
נאך אזויפיל יאר וואס דער בית המדרש אין אין באנוץ זעט זיך שוין די ווענט און פלאר פון בית המדרש אן אפגענוצטקייט. עס זעט זיך אן א שטארקע נויטיגקייט צו איבערפעינט די ווענט, איבערסקרעיפן די פלארס, און לייגן א נייע סיין אויפן גאס - נאכדעם וואס דער אלטער סיין האט שוין אפגעדינט, און איז אראפגעפאלן א צייט צוריק ביי א שטורעם.
 
די קאסטן פון די רענאוואציעס קען אריינציען אין טויזנטער דאלערס. ברוך השם אנשי שלומינו זענען ווארעם און לאזן זיך קאסטן צו איבערבויען דעם אייבערשטנ'ס הויז. אבער עס פעלט נאך עטליכע טויזנט דאלער צו קענען גיין ווייטער. ווער עס וויל נעמען א חלק קען זיך ווענדן צו מו"ה קלמן אליעזר מזרחי הי"ו אויף 845-492-1502.
 
ועשי לי מקדש ושכנתי בתוכם!