רענאוואציעס אין בית המדרש היכל הקודש בלומינג-גראוו מאכט שטארקע פארשריט
יא חשון תשפ"ב 📝
גאר א שיין ווינקל געפונט זיך אינעם שטילן שטעטל בלומינג-גראוו, וואס איז בגלילות קרית יואל.
פאר פיר יאר צוריק האבן זיך א קבוצה אינגעלייט פון אנשי שלומינו אריבער געצויגן צום שטיל שטעטל בלומינג-גראוו, וואס איז בגלילות קרית יואל.
מען האט תיכף געעפענט א שיין ווינקל א בית המדרש היכל הקודש, און זייט דעמאלט איז דער בית המדרש אפן לשם ולתפארת.
עס קומען אלץ צו פרישע מקורבים, וואס זענען זיך מחיה מיט אזא געשמאקן ווינקל, וואס די גאנצע לופט איז אנגעפולט פון פרייליכקייט, מען רעדט דעם רבינ'ס דיבורים און מען איז עס מקיים.
אויסער די פילע אידן פון בלומינגגראוו וואס נוצן דעם בית המדרש יעדן שבת קודש ווי מען דאוונט אינאיינעם, און מען הערט די געשמאקע דיבורי התחזקות פון רבי'ן, דורכן גבאי הר"ר בערל לעווי שליט"א, ווערט אויך דער ביהמ"ד באנוצט דורך פילע אידן אינדערוואכן וואס קומען פון אלע געגנטער ארום ווי קרית יואל, מאנרא, טשעסטער, און וואודבארי.
יעדע נאכט קומט מען זיך צוזאם און דער גבאי פון ביהמ"ד לערנט פאר דעם דף גמרא פונעם טאג.
אזוי אויך יעדן ליל שישי האלט מען מיט דעם שיעור פון ראש ישיבה שליט"א אין דעם ביהמ"ד און מען איז זיך מחזק אינאיינעם.
אסאך פון די אינגעלייט וואס האבן דארט געוואוינט און געדאוונט אין דעם בית המדרש, האבן זיך אריבערגעצויגן קיין קרית ברסלב ליבערטי, אבער דער בית המדרש איז גארנישט געווארן ווייניגער צוליב דעם, נאר אדרבה מיט די צייט האט מען נאך צוגעבויעט א מקוה, און אזוי אויך קומען כסדר צו מתפללים.
און יעצט גייט אן די רענאווציעס אין בית המדרש, וואס מאכט גרעסער דעם בית המדרש, און נאך פילע פארבעסערונגען ווערט אריינגעלייגט אינעם בית המדרש.
צווישן די זאכן וואס מען טוט איז: מען פארדאפלט די גרויסקייט פונעם בית המדרש, מען העכערט דעם דאך, מען לייגט שיינע ליכטיגע לייטס, מען לייגט איבער א פראכטפולע פלאר, מען אינסטאלירט א נייעם שיינעם ארון הקודש, אזוי אויך לייגט מען צו עטליכע בית הכסא'ס, און מען מאכט אינגאנצן איבער דעם מזרח וואנט.
אויך האט מען דארט געמאכט א פרישע חידוש אין די וועלט פון הפצה, מען האט אינסטאלירט א באקס אינדרויסן פון בית המדרש, און יעדע ערב שבת קודש קען מען דארט טרעפן די נייעסטע גליונות און אויסגאבעס פון יענע וואך.
אזוי איז מען מזכה פילע אידן פון די גאנצע אומגעגנט זיי זאלן אנשטאט נעמען די אדווערטייזמענט ביכלעך - וואס אפילו עס איז געשריבן אויף אידיש איז עס פול מיט שטותים און הבלים - נעמען זיי יעדע וואך די הייליגע קונטרסים וואס זענען מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן, און זענען זיך מחזק מיט פשטות יהדות, אמונה אינעם אייבערשטן.
דעם פארגאנגענעם יום טוב סוכות, בפרט שמחת תורה איז אריבער דארט אין בית המדרש גאר דערהויבן און פרייליך, דאס יאר איז געווען די דריטע יאר וואס דער בית המדרש איז געווען אפן שמחת תורה. די מתפללים האבן צוזאמען געטאנצן מיט גרויס שמחה, מען האט געטאנצן אין זיך געפריידט מיט די תורה, מען האט געשפירט אז מען האט א שייכות מיט די תורה, נאכדעם וואס מען האט זוכה געווען צו מסיים זיין די גאנצע תורה צוויי מאל די חומש און איין מאל די תרגום אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט אריינברענגען אין אונז און ווי דער ראש ישיבה טוט ווייטער דאס חזר'ן מיט אונז.
גדול יהיה כבוד הבית הזה
📚 נייע קונטרס פון ראש ישיבה "אויפבויען קינדער" פאר בלויז $1.49
📚 נייע קונטרס פון מוהרא"ש "דערהאלט זיך ברודער פאר בלויז $1.49