קרית ברסלב ליבערטי. - דער בית המדרש היכל הקודש אויפן דעמען גאס, גייט יעצט אריבער א פולע רענאוויצע. עס ווערט אבערגעבויעט דער גאנצער בית המדרש גאר שיין, מען פרישט איבער די ווענט און די פלאר, מען לייגט נייע לייטס, און אזוי אויך מאכט מען איבער די בית הכסא'ס.
דער בית המדרש איז גאר שיין באקאנט מיט איר געשמאקייט און אייגנארטיגקייט. עס ווערט געניט אנגעפירט דורכ'ן געטרייען גבאי'ן מו"ה מרדכי היימליך הי"ו, וואס ער מאכט זיכער אז אלעס אין בית המדרש זאל קלאפן על צד היותר טוב, און אלע מתפללים זאלן זיך שפירן העכסט באקוועם. דער אייבערשטער זאל אים באצאלן מיט אלעס גוטס.
די קאסטבארע בוי ארבעט ווערט דורכגעפירט דורך א פירמע וואס געהערט פאר איינע פון אנשי שלומינו הרוצה בעילום שמו, וואס טוט די ארבעט מיטן גאנצן הארץ, דער אייבערשטער זאלן אים צוריק געבן מיט אלעם גוטס.
📸 לעצטיגע בילדער פון די רענאוואציעס