קרעדיט מו"ה שבתי מארקוס הי"ו
 
טראץ דעם וואס היי יאר קומט אן שווערער צושטעלן די שאטלס, צוליב די מצב אין אוקריינע ווען עס זענען דא ווייניגער ארבייטער, ווייניגער ספרינטערס, און די געז איז אסאך טייערער, מיט דעם אלעם איז געלונגען פאר די איבערגעגעבענע עסקנים פונעם רענט קאמפיין מו"ה שבתי מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו אנצוהאלטן די שאטל ספרינטערס כדי אז אנשי שלומינו זאל קענען קומען און גיין פון און צום הייליגן ציון שנעלערהייט אין די וואכנטעג וואס מען וועט בעז"ה וויילן אין אומאן.
 
ברוך השם, אז נישט נאר וואס מען איז עס ממשיך ווייטער נאר מען האט נאך צוגעלייגט נאך א ווען, און היי יאר וועלן זיך געפונען דריי ספרינטער ווענס אויפן ראוד וואס וועלן כסדר פארן אהין-און-צוריק במשך די גאנצע צייט, דער ערשטער ווען וועט בעז"ה ארויספארן פונעם בנין היכל הקודש טעגליך אום 5:00 פארטאגס תיכף ווי נאר די נאכט קורפיו ווערט געענדיגט, און 5:20 וועט בעז"ה ארויספארן דער צווייטער, און 5:40 דער דריטער, און אזוי וועט דער סדר ווייטער אנהאלטן בעז"ה אין אלע שעות פון טאג, און די זעלבע זאך וועט דער ערשטער ספרינטער שוין ווארטן ביים באשטימטן ווינקל נעבן הייליגן ציון אום 5:00 פארטאגס צום בנין היכל הקודש, דער צווייטער אום 5:20, און דער דריטער אום 5:40, אזוי וועט עס אנהאלטן בעז"ה במשך אלע שעות פון טאג, ביז אום 10:40 ווען די לעצטע ווענס וועלן ארויספארן.
 
אזוי ווי די קאסטן זענען היי יאר גאר שטארק געשטיגן, האט די רענט קאמפיין געשאפן אז דער באקאנטער רייזע אגענטור וואס איז שוין גוט באקאנט פאר אנשי שלומינו "פלען איט רייט" זאל ספאנסערן די שאטלס. אנשי שלומינו זענען גאר דאנקבאר פאר די איבערגעגעבענע פירמע "פלען איט רייט" וואס יומם ולילה לא ישבותו און געבן זיך איבער פאר אלע געברויכן צו ברענגען אנשי שלומינו קיין אומאן און צושטעלן אלעס וואס פעלט זיך אויס, סיי טיקעסט צום פליען, און אזוי אויך צוליב דעם לאנגען וועג שטעלן זיין צו וועגן מיט אלע געברויכן אויפן גאנצן וועג פון די עירפארטס ביז אומאן. יעצט האבן זיי צוגעלייגט א פרישע סערוויס מיטן ספאנסערן די פארברייטערטע פלאטע פון ספרינטערס וואס וועלן טראגן און ברענגען אנשי שלומינו אין אומאן גופא.
 
די רענט קאמפיין געבט איבער אז זיי וועלן בעזרת השם אויך צושטעלן אין אומאן פרוזבול שטרות אז מען זאל קענען אויספילן דעם שטר וואס די הלכה פארלאנג אז מען דארף אונטערשרייבן ביים סוף פון יעדע שמיטה יאר, אזוי אז אפילו אויב איינער איז דיר שולדיג געלט זאל מען עס נאך מעגן צוריק בעטן.
 
אלע אנשי שלומינו זענען שטארק מכיר טוב פאר די איבערגעגעבענע עסקנים פונעם רענט קאמפיין וואס מאכן זיכער בסייעתא דשמיא אז די רענט פון די הייליגע ישיבה אין וויליאמסבורג ווערט פולקאם באצאלן יעדע חודש. דער בית המדרש וואס פון דארט גייט ארויס די הייליגע דיבורים פון הייליגן רבין דורכן ראש ישיבה, און מיט דעם נעמען זיי אראפ דעם פינאנציעלן עול פון ראש ישיבה, אז ער זאל קען אויסנוצן די טייערע צייט מיט זיך מיטן פירן די קהילה, מוסדות, און זיך אפגעבן מיט אנשי שלומינו און מיט הפצה, דרשות, ספרים, עצות און חיזוק. אזוי אויך זינט אנשי שלומינו האבן געגרינדעט דעם נייעם בית המדרש אין בארא פארק, האבן זיי זיך אונטערגענומען אויפן בקשה פונעם ראש ישיבה צו באצאלן די רענט פונעם מקדש מעט.
 
אנשי שלומינו וועלן זיכער אנטקעגן קומען די עסקנים און מנדב זיין מיט א ברייטע האנט פארן רענט קאמפיין, און מיט דעם נעמען א חלק אין אלע גוטע מעשים וואס קומט ארויס דערפון.
 
הראש השנה שלי עולה הכל, איש בל יעדר!