רענט קאמפיין מסיבה געקרוינט ב"ה מיט הצלחה
ח ניסן תשפ"ו 📝
פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט זענען אנשי שלומינו זיך צוזאמגעקומען צו א הערליכע סעודת ראש חודש און מסיבת "הכרת הטוב", וואס איז אהערגעשטעלט געווארן אין קרית יואל לכבוד די אלע טייערע אינגעלייט וואס נעמען אנטייל און העלפן באצאלן די רענט פאר די בנינים פון די הייליגע מוסדות במשך דעם גאנצן יאר.
אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן פון נאנט און פון ווייט – פון שטעטל, פון וויליאמסבורג, פון לעיקוואוד און נאך ווייטער. מען האט זיך געוואשן צו א רייכע סעודה לכבוד ראש חודש און געהאט א געלעגנהייט זיך צו טרעפן אויף א געשמאקן פארברענג.
דער "רענט קאמפיין" ווערט אנגעפירט מיט א געוואלדיגער איבערגעגעבנקייט דורך די חשובע עסקנים מו"ה שבתי דוד מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו. דורך זייער הייליגער ארבעט פון באצאלן די רענט פון די מוסדות, נעמען זיי אראפ א שווערן עול פונעם ראש ישיבה שליט"א, כדי ער זאל זיך קענען אפגעבן מיט אונז מיט מער הרחבת הדעת, אריינצולייגן אין אונז די עצות און חיזוק פונעם הייליגן רבי'ן, אונז מקרב זיין צום אייבערשטן און אונז שטארקן מיט תורה, תפילה און חיזוק אנצוגיין אין לעבן. די צוויי עסקנים ווערן יעדן חודש אויפגענומען דורך אנשי שלומינו מיט א געוואלדיגער ליבשאפט, וועלכע זעען דאס אלס א זכיה צו האבן א חלק אין בויען די מוסדות פונעם הייליגן רבי'ן.
צום ערשט האט מו"ה שבתי מארקוס הי"ו באגריסט דעם עולם מיט ווארעמע ווערטער. נאכדעם האט דער עולם געהאט די זכיה צו הערן א שיינע דרשה פונעם דיין שליט"א, נאכגעפאלגט מיט א שפאנענדע רעדע פון מו"ה מעכי ראזענפעלד הי"ו, וועלכער האט ווי זיין שטייגער באצויבערט דעם עולם מיט עמאציאנעלע סצענעס און טיפע משלים וואס האבן איבערגעלאזט א שטארקן רושם.
דער הויכפונקט פונעם אוונט זענען געווען די דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט די גרויסע מעלות פונעם טאג "ראש חודש ניסן" – דער טאג וואס מען האט אויפגעשטעלט דעם משכן, און דער טאג וואס דער הייליגער רבי איז געבוירן געווארן, וועמענס הייליגע לימודים באלייכטן די וועלט ביזן היינטיגן טאג.
דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער צום ליל שישי שיעור, וואו ער האט ארומגערעדט פונעם ערשטן רש"י אין די פרשה, אז פאר אלע דיבורים און אמירות דארף קודם זיין א "לשון חיבה". דאס איז א וויכטיגע זאך וואס מען דארף האבן סיי פארן חינוך פון די קינדער, סיי פאר שלום בית, און פארן גאנצן לעבן בכלל. עס איז געווען א הערליכער שיעור התחזקות, און מען קען הערן די גאנצע דרשה אויף "קול ברסלב".
נאכ'ן בענטשן איז פארגעקומען אן אינטערעסאנטע און געשמאקע פראגראם דורך די באקאנטע "ברסלב'ע ברודער", מו"ה אברהם הערש און מו"ה יואל וועבערמאן הי"ו. זיי האבן פארגעשטעלט פארשידענע אקטועלע שאלות פאר'ן ציבור, וואס האט געהאט די געלעגענהייט צו לאזן הערן זייער מיינונג אויף פארשידענע אינטערעסאנטע און אקטועלע נושאים. די צוויי ברודער האבן אנגעפירט דעם פראגראם אויף א גאר געשמאקן פארנעם, פון וואס דער עולם האט ברוך ה' זייער הנאה געהאט.
דער עולם איז אהיים מיט פולע באגאזשן פון חיזוק, גרייט צו דעם הייליגן יום טוב פסח הממשמש ובא.