אזוי ווי ביז יעצט ביי אלע נסיעות וואס דער ראש ישיבה האט אונטערגענומען צו די מקומות הקדושים, זאל עס זיין אין אייראפע, אדער ארץ ישראל, בפרט יעדעס יאר פאר ל"ג בעומר, האט דער רענט קאמפיין מיטגעשיקט א קוויטל פון אלע אנשי שלומינו וועלכע שטיצן דעם הייליגן אונטערנעמונג, כדי דער ראש ישיבה זאל אלעמען קענען אינזין האבן בדבר ישועה ורחמים.
 
ווי באקאנט איז דער רענט קאמפיין א הערליכע אונטערנעמונג פון צוויי געטרייע אינגעלייט מאנשי שלומינו וועלכע האבן געזען די גרויסע עול וואס צאלן רענט פאר'ן בנין הבית המדרש האט אויפן ראש ישיבה, וועלכע פלעגט דארפן אוועק געבן זייער אסאך צייט צו קענען דעקן די רענט. זענען די צוויי תלמידים מוה"ר אשר בער אינדארסקי הי"ו און מוה"ר שבתי מארקוס הי"ו אריינגעשפרינגען אין די זאך, און געזאגט פארן ראש ישיבה שליט"א אז זיי נעמען זיך אונטער בסייעתא דשמיא צו צוזאם קלויבן דעם סכום דעפאר פון אנשי שלומינו, און דערמיט געבן דעם ראש ישיבה די הרחבת הדעת ער זאל זיך קענען אפגעבן מיט די תלמידים די קינדער בחורים אינגעלייט וואס דארפן האבן די חיזוק און הדרכה טאג טעגליך. עס איז שווער זיך פארצושטעלן וויאזוי די מוסדות וואלט אויסגעזען ווען דער ראש ישיבה דארף ווען זיין פארנומען מיט די געלט זאכן.
 
די רענט קאמפיין האט זיך נישט אפגעשטעלט דא, אויפן בקשה פונעם ראש ישיבה האבן זיי אויך גענומען אונטער זיך צו צאלן די רענט פאר נאך עטליכע שולן במשך די יארן. היינט צו טאגס זענען זיי פאראנטווארטליך פאר די רענט פון די בנינים אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, און סטעטן איילענד.
 
מען זעט ווי אנשי שלומינו זענען זייער ווארעם דערצו, עס איז פשוט ווען מען זעט די געטרייע עסקנים געבן זיך אוועק מיט אזא הארץ און ארבעטן פאר'ן אויבערשטנ'ס וועגן, שפירט מען פאר א זכי' ארויסצוהעלפן, און געלויבט דעם אויבערשטן אז זיי האבן שוין געקענט דעקן די רענט פאר אזויפיל יארן. 
 
בפרט נאכדעם וואס אנשי שלומינו האבן געזען אין א בריוו ווי דער ראש ישיבה שרייבט פאר איינע פון די תלמדים "מיט'ן געבן דיין מעשר, דיינע צדקות – פאר די רענט, ביסטו יוצא אלע צדקות פונעם מוסד, אנגעהויבן מיט די ישיבה, תלמוד תורה, מיידל סקול, כולל, הדפסה און אזוי ווייטער", און ווי די גבאים זאגן, רופט זיך דער עולם אן זייער שיין.
יעצט ווען דער ראש ישיבה שליט"א איז געפארן קיין ארץ ישראל, האט די רענט קאמפיין ווידער געשיקט מיט'ן ראש ישיבה שליט"א א קוויטל מיט אלע נעמען וואס געבן, און דער ראש ישיבה שליט"א, ליינט דעם קוויטל ביי די פילע קברי צדיקים, בפרט ביי מוהרא"ש'ס ציון און און מירון ביים הייליגן רבי שמעון.
 
מען קען זיך משתתף זיין אינעם רענט קאמפיין דורך רופן דעם גבאי מו"ה שבתי מארקוס הי"ו אויף 347-735-9688, אדער אויפן לינק