א מאדנע ספעקטאקל שפילט זיך אפ אין די טעג אין די פאליטישע וועלט, ווען די האוז אף רעפרעזענטעטיווס וואס מען רופט די "קאנגרעס" שטייט שוין אן א ספיקער פאר איבער צוויי וואכן.
 
דאס האט פאסירט ווען די מיטגלידער פונעם קאנגרעס האבן אין א היסטרישע שריט געשטימט ארויסצואווארפן קעווין מעקארטי פונעם ספיקער פאזיציע, א פארשעמונג וואס קיין איין ספיקער איז נאך נישט דורכגעגאגנען, און דאס איז טראץ וואס ער איז פון די רעפאבליקאנער, וואס האבן כהיום א שמאלע אבער קלארע רוב אינעם קאנגרעס פון פון 221 קעגן 212 דעמאקראטן.
 
קאנגרעס קען טעכניש ווייטער אנגיין אזוי אן א ספיקער, אבער דער פאזיציע איז וויכטיג בעיקר כדי צו קענען לייגן זאכן אויף די אגענדע, דאס מיינט צו באשליסן אויף וועלכע געזעצן מען זאל שטימען, און אויך דארף דער ספיקער העלפן פירן דעם מאיאריטעט פארטיי און זיכער מאכן אז מען קומט זיך דורך.
 
כדי צו פארשטיין וואס דא האט פאסירט דארף מען צוריק קוקן אביסל וואס האט פאסירט ווען דער יעצטיגער קאנגערס איז איינגעשוואוירן געווארן. ווען מען האט זיך דערזען נאך די וואלן מיט א שמאלע רעפאבליקאנער מאיאריטעט האבן עטליכע רעפאבליקאנער זיך צוזאם גענומען און פארלאנגט אז כדי זיי זאלן גרייט זיין צו וועלן פאר מעקארטי פאר ספיקער דארף ער גרייט זיין צו טוישן די רעגולאציעס און מסכים זיין אז אפילו בלויז עטליכע מיטגלידער וועלן קענען בעטן ארויסצואווארפן דעם ספיקער.
 
יעצט ווען עס האט געהאלטן ביי א מצב אז מען האט געדארפט שטימען צו העכערן דעם חובות דאך פון אמעריקע כדי די רעגירונג זאל ווייטער קענען פונקציאנירן האט זיך געמאכט א קאנפליקט צווישן די פירערשאפט און די עטליכע פאראייניגטע קאנגרעס מיטגלידער, די פירערשאפט האט געוואלט נאכגעבן פאר די דעמאקראטן און לאזן העכערן דעם בארגן לימיט, אבער די חברה האבן געסטראשעט אז זיי וועלן פארלאנגען א נייע פירערשאפט אויב מען געבט עס נאך. וכך הוה, תיכף נאכדעם וואס מען האט געהעכערט דעם חובות דאך האבן זיי פארלאנגט א וואוט אויף די ספיקער פאזיציע, וואס אלע דעמאקראטן האבן פארשטייט זיך געשטימט אויף ניין, אבער די עטליכע רעפאבליקאנער האבן זיך צוגעשטעלט צו זיי און מעקארטי איז ארויס געווארפן געווארן.
 
אזוי ציט זיך עס שוין זינט דעמאלטס, און עטליכע רעפאבליקאנער האבן שוין פרובירט צו לויפן פאר די פאזיציע, אבער ביזדערווייל זענען אלע דורכגעפאלן, און דער קאנגרעס ספיקער אמט איז דערווייל ליידיג.
 
פאריגע וואך אין די סדרה זעט מען צוויי תקופות פון די וועלט וואס מענטשן האבן געזינדיגט, און דער אויבערשטער האט זיי באשטראפט, דער ערשטער איז געווען ותמלא הארץ חמס, מען האט גע'גנב'עט, ווייט קאלער קריימס, מען האט אריינגעהעקט אין יענעמ'ס אקאונט, און גע'לקח'ענט בלויז "איין פעני", וואס האט דער אויבערשטער געטון? וימח את כל היקום, אלעס אויס. שפעטער האבן זיך די חכמי כעלעם צוזאם גענומען, און זיך אנגעהויבן זארגן, גלאבעל ווארמינג, די וועלט גייט אונטער, לאמיר מאכן א טורעם ארויפגיין אין הימל און מלחמה האלטן מיטן אויבערשטן, וואס טוט דער אויבערשטער, מען גייט זיי צומישן זייער שפראך, דער ערשטער בעט א האמער, אבער דער פארשטייט דריל, ער בעט וואסער, אבער ער פארשטייט האלץ, דער אויבערשטער האט זיי פארשפרייט, און אלעס איז בטל געווארן.
 
רש"י פרעגט "וכי אי זו קשה של דור המבול או של דור הפלגה, אלו לא פשטו יד בעיקר, ואלו פשטו יד בעיקר להלחם בו, ואלו נשטפו ואלו לא נאבדו מן העולם, אלא שדור המבול היו גזלנים והיתה מריבה ביניהם, לכך נאבדו, ואלו היו נוהגים אהבה וריעות ביניהם, שנאמר שפה אחת ודברים אחדים, למדת ששנאוי המחלוקת וגדול השלום" פארוואס איז דער אויבערשטער געווארן אזוי ברוגז אויפן דור המבול? אביסל קלעבעדיגע הענט? נא שוין, אבער דער דור הפלגה זענען דאך געווען מינים ואפיקורסים! זאגט רש"י אז די דור הפלגה האט געהאט אחדות, שלום, "שפה אחת דברים אחדים" און ווען עס איז דא שלום מען פארשטייט זיך איז דא הצלחה, אבער ביים דור המבול איז געווען מחלוקת און דער אויבערשטער האט זייער פיינט מחלוקת. ווען מען קריגט זיך ווערט דער גאנצער יקום אויס, וימח את כל היקום.
 
ווען די רעפאבליקאנער להבדיל וואלטן ווען געלערענט דעם רש"י וואלטן זיי געזען ווי די נארישע קריגערייען - אפילו ווען זיי זענען הונדערט פראצענט גערעכט - ברענגען זיי אונטער. די עטליכע רעפאבליקאנער וואס האבן זיך צוזאם גענומען קעגן די פירערשאפט האבן געהאט הצלחה אין זייער מיסיע, אבער די רעפאבליקאנער בכללית זענען אין דער ערד ווייל זיי קריגן זיך. און ווען מען קריגט זיך, איז גארנישט דא.
 
לאמיר לאזן די רעפאבליקאנער מיט די דעמאקראטן און אלע אנדערע נארישע פארטייען זיך רייסן ביי די קעפ, גיי לערן מיט א גוי ברטנורא... אבער וואס טוט זיך ביי אונז אינדערהיים? דא דארפן מיר זען אז מען זאל זיך ליב האבן און רעדן שיין איינע צום צווייטן. לאז שוין אפ דיין גערעכטיגקייט. און בעט איבער, הייב אן פון יעצט רעדן שיין, וועסטו זען ווי שיין דיין הויז וועט בליען, און אפילו מיר גרייזן צומאל - מיר זענען דאך מענטשן - וועלן די קינדער אויסוואקסן בסעייתא דשמיא ערליכע אידן.
 
למדת ששנאוי המחלוקת וגדול השלום