שאטל אין שטעטל פארברייטערט זיך מיטן צולייגן נאך א באס צום רוט
יא שבט תשפ"ג 📝
ברוך השם דער ציבור איז שטארק צופרידן פונעם שאטל סערוויס וואס איז געגרינדעט געווארן מיטן ציל עס זאל זיין גרינג אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטן, איבערן גרויסן שטח אויף וואס דער שטעטל איז אויסגעשפרייט, וואס אן דעם וואלט עס געווען זייער שווער אנצוקומען.
די שאטל גייט שוין אן ברוך השם א לענגערע צייט צו די צופרידענהייט פון די חשובע איינוואוינער, עס איז שוין אריבער אפאר שינוים פון ווען מען האט געעפענט די שאטל, און מען פרובירט אלץ וואס מען קען בעסער מאכן מען זאל בעסער און גרינגער קענען אנקומען צו ווי דער עולם וויל. מען פרובירט מיט’ן אייבערשטנ’ס הילף צו צופרידן שטעלן יעדן איינעם.
יעצט אז די שטעטל איז אין די לעצטע חדשים שטארק פארגרעסערט געווארן און עס זענען צוגעקומען נאך אסאך משפחות וואס האבן זיך אריינגעצויגן און עס פעלט שוין אויס נאך א שאטל גרינגער צו מאכן פאר די חשובע איינוואוינער, האט דער ראש ישיבה געבעטן די חשובע הנהלה זיי זאלן זיך אריינלייגן דערין און קויפן נאך א שאטל באס, אפילו דאס ציעט אריין אין פרישע געלטער וואס
מען דארף איינקויפן, אבער דאס איז א וויכטיגע זאך וואס מען דארף וויכטיג האבן, כדי די חשובע פרויען זאלן קענען אנקומען פון איין פלאץ צום צווייטן גרינגערהייט.
מיט’ן אייבערשטנ’ס הילף וועט דאס פארגרינגערן פאר די חשובע איינוואוינער, וואס האבן דאס געניצט ביז היינט, און פאר די אלע וואס האבן נאכנישט פרובירט צו ניצן דעם שאטל ביז היינט פאר וועלכע סיבה עס זאל נאר זיין, וועט יעצט זיין נאך א געלעגענהייט דאס אויסצופרובירן און זען אז דאס איז גאר א געשמאקע מיטל אנצוקומען פון איין פלאץ צום אנדערן געשמאקערהייט.
על פי השם יחנו ועל פי השם יסעו