שאטל אין שטעטל "קרית ברסלב" שוין צוריק אין באנוץ
יד כסלו תשפ"ב 📝
ווי שוין באריכטעט אין די פארגאנגענהייט, איז איינגעשטעלט געווארן בערך א יאר צוריק א "שאטל" באס סערוויס פארן באנוץ פון די איינוואוינער און באזוכער אינעם שטעטל "קרית ברסלב" ליבערטי.
דאס איז געווען ווען מיט די פילע פרישע צוגעקומענע ציבור וואס זענען געקומען וואוינען אין שטעטל איז די געגנט ווי דער עולם וואוינט געווארן זייער אויסגעשפרייט און ווייט, און דער ראש ישיבה האט דאן באשלאסן אז עס איז וויכטיג צו האבן צוגעשטעלט א גרינגע און ביליגע טראנספארטאציע סיסטעם, סיי אויף אנצוקומען פון איין זייט שטעטל צו די אנדערע, און סיי אויף ארויסצופארן פון שטעטל איינצוקויפן אין די לאקאלע געשעפטן.
די שאטל איז געווען טאקע געווען אין באניץ ביז לעצטענס, בפרט אין די זוממער חדשים איז עס גאר גוט געווארן אויסגענוצט, סיי דורך די איינוואוינער וואס וואוינען אין שטעטל א גאנץ יאר, און אויך פאר די משפחות וואס קומען ארויס אין די זוממער חדשים וויילן אין שטעטל, פון וואס אלע האבן זייער הנאה געהאט.
די לעצטע צייט האט זיך אבער געמאכט געוויסע קאמפליקאציעס מיטן שאטל, וואס האט צוגעברענגט אז מען זאל עס נישט קענען נוצן, וואס דאס האט שווער געמאכט צו קענען אנקומען פון איין פלאץ צום אנדערן.
דער ראש ישיבה שליט"א האט זייער געוואלט אז די שאטל זאל צוריק אריין גיין אין דינסט ווי אמשנעלסטן, און ברוך השם אז דער שאטל איז שוין פארראכטן געווארן, צו יעדעמ'ס צופרידנהייט.
אזוי אויך האט מען נויטיג דארפט אויפנעמען א דריייווער פארן שאטל, און שכח אייבערשטער מען האט געטראפן א גאר א גוטע און איבערגעגעבענע דרייווער.
יעצט קען מען שוין מעלדן די גינסטיגע נייעס, אז ברוך השם דער שאטל איז שוין צוריק אויפן ראוד און באדינט ווייטער דעם ציבור, נאך בעסער און שענער פון וואס עס איז געווען ביז יעצט.