ענטפער: דער בארג סיני אויף דער אויבערשטער האט אונז געגעבן די תורה געפונט זיך אין מדבר סיני, וואס הייסט היינט דער סיני האלב אינזל וואס געפונט זיך אין די היינטיגע מצרים (עגיפטן), נישט ווייט פונעם ים סוף (דער רויטער ים).
 
לויט די חוקרים איז די פונקטליכע פלאץ ווי דער בארג געפונט זיך תלוי במחלוקת, אבער ביי מיר איז קלאר דער פונקטליכער ארט פונעם הר סיני, און נישט נאר וואס עס איז באקאנט דער פלאץ, נאר מען קען גרינג צוקומען דערצו - אריינגערעכענט דו. דארפסט אפילו נישט פארן מיט קיין פליגער, און גיין לאנגע שעות מיט קעמלען אין א הייסע טרוקנע מדבר, ווייל הר סיני געפונט זיך אין דיין דיינינג רום, דארפסט פלעין ארויסנעמען א חומש, א משניות אדער א גמרא און אנהייבן זאגן די ווערטער.
 
פון וואו נעם איך דאס אז דאס איז דער ריכטיגער הר סיני, מיש אויף שיחות הר"ן סימן ע"ו, דער רבי זאגט קלאר אז דו קענסט זאגן די ווערטער, און דאס הייסט געלערענט. און דאס האט מוהרא"ש גע'חזר'ט מיט אונז, נישט איין מאל, און נישט הונדערט מאל, נאר כמעט טאג טעגליך האט ער זיך געבעטן ביי אונז, "פרוביר אויס די זיסע וועג פונעם רבי'ן", האטס שוין פרובירט מיט א חברותא, אבער איין טאג האסטו א שמחה, און דער צווייטער טאג האט ער אן אפוינטמענט, האסט שוין פרובירט א שיעור, אבער דו שלאפסט איין; אפשר איז צייט צו פרובירן צו פאלגן דעם רבי'ן, וועסט זען אז די תורה וועט דיר באלייכטן די אויגן, הייב אן זאגן די ווערטער, פלעין זאג די עברי ווי א פינף יעריג אינגל, "וממילא יבין", איבערצייג דיך עס אליינס. און אויב נישט, "ואם לא יבין", זאגט דער הייליגער רבי "מה בכך", איז וואס? "כי מעלת ריבוי הלימוד עולה על הכל", עס לוינט זיך. און אויסער דעם וועט עס דיר אפרייניגן פון דיינע שלעכטע געוואוינהייטן, עס וועט זיך ארויסנעמען פון דיינע עדיקשאנס מיט וואס דו פלאגסט זיך און וועט דיר אנפילן מיט אמת'ע סיפוק און שמחת החיים.
 
די אראבער אינעם געגענט פון מדבר סיני האבן א בארג וואס זיי רופן "דזשאבל מוסא" וואס מיינט אויף אידיש "משה בארג", דער בארג איז אין דרום זייט פון מדבר סיני, און שטייט ביי א הויכקייט פון בערך 7,500 פוס (בערך 2,300 מעטער), און שטארט שטארק ארויס אלץ א הויכער בארג צווישן די ארומיגע בערג (עס איז דער צווייט העכסטער בארג אינעם סיני האלבאינזל), וואס ווארפט אפ די מעגליכקייט אז דאס זאל זיין דער בארג, ווי חז"ל זאגן אונז קלאר פארוואס האט דער אויבערשטער אויסגעקליבן דעם בארג סיני ווייל ער דער נידעריגיסטער בארג, צו ווייזן אז מיר דארפן זיך האלטן קליין.