שאלה: וואס איז פאפיר, און וויאזוי מאכט מען דאס? משה'לע
 
ענטפער: טייערער משה'לע, עס איז גוט אז דו האסט מיר געפרעגט איבער פאפיר, ווייל דאס איז איינע פון די זאכן אויף וואס מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן יעדן טאג אז ער האט אונז געגעבן די מעגליכקייט היינט צו טאגס צו האבן גוטע שיינע שטארקע פאפיר פאר אזוי ביליג, און דערמיט געבט עס דער מעגליקייט פאר אונז איינצוקויפן הונדערטער ספרי קודש, הערליך און שפאט ביליג, אז אפילו ווער עס פארדינט ווייניג קען זיך ברוך השם ערלויבן צו האבן חומשים, משניות, גאנצע סעטס פון ש"ס, און די ספרים פון אלע אנדערע גדולי ישראל און צדיקים וואס דערמיט קענען מיר ווערן ערליכע אידן, און וויסן וואס דער באשעפער וויל פון אונז.
 
איידער עס איז געווארן באקאנט פאר די וועלט וויאזוי מען מאכט פאפיר זענען ספרים געווען זייער טייער, ווער האט זיך געקענט ערלויבן צו קויפן א ש"ס? אפשר דער רב און דער דיין האבן געהאט אן אייגענע ש"ס, די אנדערע אידן פון שטאט האבן זיך געדארפט איינטיילן אין בית המדרש, ווען איך לערן קידושין, וועט דער צווייטער מוזן לערנען פסחים און אזוי ווייטער.
 
ווער רעדט נאך פון אפשרייבן די תורה און די חיזוק פון די צדיקים. ווער האט זיך דאס געקענט ערלויבן איידער עס איז געווען פאפיר? היינט קומט מען אריין אין בית הדפוס, און מען זעט ווי עס קומט אן א טרעילאר פון פעלעטס פאפיר, וואס קאסט רעלאטיוו צו אמאל זייער זייער ביליג. א פאלעט וואס ליגט דערין 200,000 (צוויי הונדערט טויזענט!) פאפיר, קאסט היינט בערך $2,000.
 
וויאזוי מאכט מען טאקע פאפיר אז עס קאסט אזוי ביליג? פאפיר מאכט מען פון "האלץ", מען שיילט אפ די שאלאכט פון די ביימער, און מען צוהאקט און צומאלט די האלץ גאר שטארק, מען מישט עס אויס מיט וואסער, מען לייגט צו פארשידענע כעמיקאלן וואס העלפן די פייבער פון די האלץ זאל ווערן גענצליך צענימען, ביז עס ווערט א מאטריאל וואס מען רופט "פּולפּ". דער פּולפּ זעט אויס ווי א געדעכטע טייג פון וואס מען וועט מאכן שפעטער די פאפיר.
 
דערנאך הייבט זיך אן דער פראצעס פון ארויסנעמען די וואסער און די נאסקייט פון די צומאלענע האלץ טייג, די טייג וואס איז שוין היבש טרוקן ווערט דערנאך ארויף געלייגט אויף גרויסע ברייטע פאסיקעס, און עס הייבט זיך אן אויספארמען פאפירן, דער פייכטע פאפיר פארט דורך א ווארימע פלאץ ווי די וואסער ווערט גענציך אויסגעטרוקענט, און פון די אנדערע זייט פארט ארויף דער פרישער טרוקענע פאפיר אויף ריזיגע ראלס וואס וועט שפעטער צושניטן ווערן לויט די מאס וואס דער קאסטומער האט באשטעלט.
 
די פאפיר קומט דערנאך אן צום בית הדפוס ווי מען דרוק ארויף דערויף די אלע הייליגע דיבורים פון אונזערע רבי'ס, מען דרוקט ארויף די התחקזות און עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א, און פאר עטליכע פרוטות קען יעדער זוכה זיין צו לערנען די אלע הייליגע ספרים און אויסוואקסן א צדיק.
 
איר קענט שיקן אייער שאלה צו askgershon@gmail.com