תשובה: די נאמען WD-40 שטייט פאר "Water Displacement, 40th formula." וואס מיינט "וואסער פארטרייבונג, פערציגסטע פארמולע", דער נאמען קומט פון דעם ווייל דאס איז געווען דער פערציגסטער פרואוו צו שאפן א פליסיגקייט וואס קען פארטרייבן וואסער און פארמיידן ראָסט און דזשאווער. דאס איז געווען אן אין יאר 1953 למספרם, ווען א קליינע פירמע אין סאן דיעגא, קאליפארניע האט פרובירט צו ערצייגן אזא פראדוקט, און אפילו זיי האבן שוין געהאלטן נאך 39 דורכפעלער, איז די פערציגסטע פארמולע געווען די אייציגסטע וואס האט געארבעט ווי עס דארף צו זיין. אזוי איז WD-40 געבוירן געווארן. די גענויער רעצעפט פון דעם פראדוקט איז א סוד וואס די פירמע וויל פארשטייט זיך נישט ארויסגעבן, אבער עס איז דא עפעס אנדערש דערפון וואס איז בכלל נישט קיין סוד, און מען קען עס נאכמאכן בחנם, און זען דערפון געוואלדיגע רעזולטאטן.
 
הצלחה קומט נישט איבערנאכט, קיינער איז נאכנישט אויפגעשטאנען פלוצינג א תלמוד חכם א מתמיד און א בעל מידות, מען דארף יעדן טאג פריש אנהייבן און בעטן דעם אויבערשטן "הורנו השם דרכך אהלך באמתיך, יחד לבבי ליראה את שמיך", און אפילו דו האסט איין דורכפאל נאכן צווייטן, דערשרעק דיך נישט דערפון, ווייל אויב דו וועסט אנהאלטן דיין פלאץ און נישט אויפגעבן דעם קאמף, וועסט האלטן פאר דיינע אויגן דעם ציל, און אנהייבן פון פריש יעדן טאג, יעדע שעה און יעדע מינוט וועסטו צום סוף אנקומען זייער ווייט.
 
דער הייליגער רבי זאגט אז האבן אמונה מיינט נישט נאר אמונה אינעם אויבערשטן, דער רבי זאגט אז ריכטיג אמונה איז טייטש אמונה אינעם אויבערשטן, אמונת צדיקים, גלייבן אינעם צדיק און אים פאלגן, און דער עיקר אמונה אין זיך, גלייבן אז דער אויבערשטער האט נישט געמאכט ח"ו קיין טעות ווען ער האט דיר אראפ געשיקט אויף דער וועלט, דו האסט א תפקיד, און דו קענסט צושטעלן א נחת פאר'ן אויבערשטן וואס קיינער קען נישט ערזעצן.
 
שטעל דיך אויף און הייב אן פון פריש, וועסט אנקומען אסאך ווייטער ווי דו טראכסט.
 
שיקט אריין אייער שאלה צו askgershon@gmail.com