מיט יעדן טאג וואס גייט אריבער זינט דער שוין היינט בארימטער "ברסלב סענטער" וועבסייט איז אפן, ווערט דער שאלות ותשובות בלאט מער און מער אנגעפילט.
ווי איר קענט זען זענען גאר אסאך פון די פראגעס אזעלעכע וואס עס נישט פארהאן קיין אדרעס אויף דער וועלט וואו מ'קען עס בכלל פרעגן אויסער דא. עס ווילט זיך נאר דאנקען דעם אייבערשטן אשר לא השבית לנו גואל, און ער האט אונז געשאנקען היינטיגע צייטן מוהרא"ש ז"ל וואס האט געלערענט מיט אונז די שכל און די עצות פונעם רבין און זיין גרויסער תלמיד רבי נתן ז"ל, וואס דער ראש ישיבה שליט"א גיט אונז ווייטער איבער, אזוי האבן אידן אין די יעצטיגע שווערע תקופה וואס יעדער איינער גייט אריבער מיט זיינע ספקות צרות און יסורים אן אדרעס וואו אריינצושיקן זייערע שאלות און צווייפלען און ווערן געענטפערט מיטן דעת תורה דורכן ראש ישיבה שליט"א וואס לאזט זיך אראפ צו יעדעם איינעם לויט זיין שכל און ענטפערט בטוב טעם ודעת.
ווי עס ווערט איבערגעגעבן פון די אנפירער פון די וועבסייט, איז די "פראגעס" בלאט, די מערסט געקוקטע פעידזש פונעם וועבסייט, הונדערטער אידן זענען זיך מחיה יעדן טאג מיט די שאלות ותשובות און ווערן אויפגעלאכטן "אה, פונקט דאס האב איך אויך געוואלט וויסן", און נוצן די עצות און חיזוק וואס דער ראש ישיבה שרייבט, שפירענדיג אז דער ראש ישיבה האט אים געמיינט.
גלייכצייטיג ווערט איבערגעגעבן אז עס ווערט כסדר אריינגעלייגט גאר אסאך געלט, כח און מח אינעם וועבסייט עס צו פארבעסערן און פארשענערן. צום ביישפיל לעצטענס איז שטארק פארשענערט געווארן די בילדער אפטיילונג, אז די בילדער זאלן ארויפקומען שיין אויפן גאנצן סקרין.
אויך איז אינוועסטירט געווארן פיל כח און מי צו פארבעסערן די "מאביל סייט" אז אויך קלענער סקרינס זאלן זיך גרינג קענען באנוצן מיטן וועבסייט.
עס ווערט איבערגעגעבן, אז עס קומט נאך אסאך גוטע און שיינע אפדעיטס פארן וועבסייט און די נאנטע צוקונפט בעזהשי"ת.
 
דער וועבסייט איז שוין באזוכט געווארן דורך צענדליגע טויזנטער וויזיטארס. יעצט האט איר די געלעגעהייט צו מכיר טוב זיין און מחזק זיין די עסקנים לשם שמים וואס געבן זיך אפ מיט דעם אלעם שלא על מנת לקבל פרס. עס קאסט אויפצובויען און אויפצוהאלטן שווערע טויזנטערס. שיקט אריין נדבת לבכם הטוב דורך דעם דאזיגן לינק, און דער אייבישטער וועט זיכער צוהערן אייערע תפלות איר זאלט געהאלפן ווערן מיט אלעס וואס איר ברויכט.