אין א ערשטמאליגע דערגרייכונג, איז פארגעקומען א גאר וויכטיגע שאלות ותשובות פאנעל, ביים בית הוראה שטיבל אין שטעטל וואו מען איז אדורכגעגאנגען גאר וויכטיגע נושאים וואס איז נוגע פאר די הצלה וואלענטירן וואס לויפן אויף הצלה רופן אין שבת קודש.
 
דער פאנעל איז פארגעקומען פארגאנגענעם דינסטאג ויחי, מען האט זיך צאמגעזעצט די חשובע אברכי הכולל, צוזאמען מיט די געטרייע הצלה וואלענטירן פון שטעטל, ווי אויך האט מען געהאט די זכי’ אז דער ראש ישיבה איז ספעציעל געקומען צו פארן פאר דעם צוועק כדי דאס צו קענען מיטהאלטן.
 
דער ראש ישיבה האט געשטעלט איינע פון די חשובע אינגעלייט פון כולל מו”ה הערשל בוים הי”ו זאל פארלייגן די שאלות וואס מען וויל דורכרעדן, און אזוי איז מען דורכגעגאנגען פאר דריי שעה גאר אסאך וויכטיגע שאלות.
 
ר’ הערשל האט פארגעשטעלט די שאלה פאר די הצלה וואלענטירן און די וואלענטירן האבן אויסגעשמועסט די פראקטיק דערפון, און אזוי אויך האבן זיי געוויזן די מאשינען מיט וואס מען באנוצט זיך אפט על כל צרה שלא תבא.
 
נאכן דורכגיין א גרויסע ליסטע פון הלכות איז מען ברוך השם ארויסגעקומען זייער קלאר וויאזוי מען האט זיך צו פירן. געוויסע שאלות האט דער ראש ישיבה געזאגט פארן דיין שליט”א זאל דאס אדורכגיין, און דערנאך שרייבן אויף דעם א תשובה וויאזוי מען דארף זיך צו פירן ביי דעם פאל.
 
שפעטער האט זיך דער ראש ישיבה אויסגעדרוקט: “עס איז מיר געווען א פארגענוגן צו זען ווי די כולל אינגעלייט מיטן דיין שליט”א זענען אזוי קלאר אין די הלכות אויף למעשה, און אויך די אינגעלייט וואס זענען הצלה וואלענטירן זענען אויך אויסגעקאכט אין די הלכות נישט צו נכשל ווערן אין חילול שבת”.
 
אזוי אויך האט דער ראש ישיבה זיך אויסגעדריקט “דער כולל איז מיר א מתנה פונעם אייבערשטן, און דער ראש הכולל, דער דיין - איז אויך א מתנה פאר די גאנצע קהילה”.