איבער טויזנט בריוו זענען שוין געענטפערט דורכן ראש ישיבה שליט"א אויף זייערע שאלות אין כל ענינים שבעולם, אייניגע קענען זיך נישט אן עצה געבן אין שטוב מיט די ווייב אדער קינדער, דער האט האט גייסטישע יסורים וואס ער זעט נישט א וועג ארויס דערפון, אנדערע ווילן א תשובה וויאזוי זיך אן עצה געבן מיטן יצר הרע וואס ברענט און לאזט נישט אפ, דא וויינען בחורים און מיידלעך אז זיי דראפען זיך אויף גראדע ווענט און דארפן א שידוך, און אזוי ווייטער יעדער מיט זיינע נסיונות און שוועריקייטן וואס דער אייבישטער האט אים געגעבן, און זוכן אן עצה וואס צו טון. פילע זענען גאר האקעלע שאלות וואס עס איז כמעט נישטא קיינער וואס געבט זיך אפ דערמיט, און די אידן זענען נעבעך פארצווייפעלט און פארלוירן נישט וויסנדיג וואו זיך אהין צו טון, און געלויבט דער אייבישטער אז דער ראש ישיבה שליט"א איז געקומען און לאזט זיך אראפ און עטנפערט יעדעם בטוב טעם ודעת, את המעשה אשר יעשון, און באלייכט אונז די אויגן מיט די וועגן פון הייליגן רבין לויט ווי מיר האבן אלע יארן געלערענט פון מוהרא"ש זי"ע.
יעצט ווערט אפגעצייכענט דער "טויזנסטער" בריוו, וואס האבן מחיה געווען נישט נאר די טויזנט אידן וואס האבן געפרעגט די שאלה דירעקט, נאר פילע צענדליגע טויזנטער אידן איבער די גאנצע וועלט זענען זיך מחיה מיט די אלע בריוו, וואס ערשיינט כסדר דא אויפן וועבסייט, און אזוי אויך ווערט ארויפגעלייגט געקליבענע בריוו יעדע וואך אינעם גליון וואס ווערט צוכאפט יעדע וואך, און אזוי אויך ווערט עס געדרוקט יעדע וואך אין די קונטרסים "עצתו אמונה" וואס ווערט אויך צוגעשיקט אויף די פאסט לויטן פארלאנג.
דערנאך ווערן די אלע בריוו געדרוקט אין די ספרי עצתו אמונה וואס האלט שוין יעצט ביים דריטן באנד. מען קען נעמען א חלק אין דרוקן די הייליגע ספרים וואס ברענגען צוריק פילע אידן צום אייבערשטן, דורכן איבערגעבן די נדבה פערזענליך פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, אדער רופן 347-831-1391 צו געבן א קרעדיט קארד דורכ'ן טעלעפאן, אזוי אויך קען מען שיקן אן אימעיל צו mail@kerenhadfusa.org און צושרייבן צום סאבזשעקט ליין "עצתו אמונה".
על ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו (שיחות מהורא"ש, חלק ב', ערך הפצה)