אין די צייט וואס די וועבסייט וועלט רוקט זיך פאראויס מיט בעסער שאפינג וועבסייטס שטייט נישט מו"ה אברהם יצחק אייזנער הי"ו מיט פארלייגטע הענט, שוין עטליכע חדשים וואס ער לייגט אריין בסייעתא דשמיא גאר אסאך ריסורטש מיט די גרעסטע מומחים אין יוזער עקספירענס און דיזיין סטראטעגיע, אויפצוקומען מיט די געשמאקסטע שאפינג עקספיריענס וואס שייך בסייעתא דשמיא.
 
יעצט קען מען שוין ב"ה שניידן די פירות און ווען קומט אריין אינעם ברסלב סענטער געשעפט באגעגנט מען א גענצליך נייע איבערגעמאכטע סייט, ווי אלעס איז מסודר און שיין אויסגעלייגט גרינג צו קויפן גרינג צו זוכן און געשמאק צו באזוכן.
 
צוערשט האט מען געשאפן א צוויי שפראכן סייט, ווי די באזוכער קענען אויסוועלן "אידיש" אדער "ענגליש" אלץ זייער שפראך וואס איז זיי די מערסטע באקוועם. 
 
ווען מען גייט אריין אין סיי וועלכע קאלעקשאן, וועט ארויפקומען פילטערס אויף די לינקע זייט (וואס מען קען באשליסן אז מען וויל נישט האבן די פילטער אפציע אויב מען וויל נישט עס זאל אויפנעמען פלאץ אויפן סקרין דורכן דרוקן "באהאלט פילטער), ווי מען האט ארייגעבויעט גאר גוטע נוצבארע און פראקטישע פילטערס, ווי "אוועלעביליטי", ווי מען קען זען וויפיל פון די אייטעמס זענען יעצט אין סטאק און מאכן א טשעק צי מען וויל עס זען אויפן סקרין. דערנאך איז דא א "פרייז" פילטער וואס לאזט קלויבן די רעינדזש פון פרייזן וואס איר ווילט זען אויפן סקרין, דורכן רוקן די פרייז רוקער העכער און נידעריגער. דאס הייסט אויב וועלט איר אויס א רעידנזש פון צום ביישפיל 10 ביז 20 וועט ארויפקומען אויפן סקרין נאר די אייטעמס וואס קאסטן צווישן צען און צוואנציג דאלער. דערנאך איז דא די "סארט אייטעם" פילטער וואס ערלויבט די באזוכער צו אויסוועלן וועלכע סארט אייטעמס זיי ווילן יעצט טרעפן, צום ביישפיל קונטרסים, ספרים, קארטלעך, און אזוי ווייטער, דערנאך איז די די "שפראך" פילטער וואס לאזט אויסוועלן די שפראך אין וואס די אייטעם איז געשריבן אדער געזאגט געווארן, אידיש, ענגליש, לשון הקודש, און נאך. דערנאך איז דא די "בעל מחבר" פילטער וואס וועט שטארק העלפן טרעפן דעם ספר וואס מען זוכט לויט'ן מחבר, דער הייליגער רבי, רבי נתן, מוהרא"ש, און אזוי ווייטער.
 
אנשי שלומינו זענען שטארק דאנקבאר פאר מו"ה אברהם יצחק אייזנער הי"ו וואס האט אריינגעלייגט - און לייגט נאך אריין - הונדערטער שעות אויפן פראיעקט, אינאיינעם מיט מו"ה אשר יעקב בלום הי"ו און מו"ה יוסף יאקאבאוויטש הי"ו, און די איבעריגע שטאב פון קרן הדפסה פאר זייער הילף בכל עת ועונה. אזוי אויך איז מען מכיר טובה פאר אלע וואס האבן מנדב געווען פארן קרן הדפסה, וואס זיי אלע האבן א חלק אין די גרויסע הפצה ווינקל וואס פארשפרייט די הייליגע עצות פון הייליגן רבין אויף די גאנצע וועלט.
 
אז מען רעדט שוין פונעם ברסלב סענטער שאפ וועבסייט, איז כדי צו דערמאנען דעם ברסלב סענטער שאפ עפפ וואס ווערט באנוצט דורך די וואס פארמאגן ביזנעס דיווייסעס, וואס איז זייער שיין און געשמאק צו נוצן. און די וואס האבן א פראבלעם אז די עפפ עפענט זיך נישט, איז עס געווענליך ווייל די פילטער פירמעס לאזן נישט דורך ביי דיפאלט פילע שאפינג עפפס. אבער וועלן גערן ארויסהעלפן און עפענען דעם עפפ אויפן פארלאנג.
 
שאפ ברסלב סענטער