שאק און שוידער: מירון ווערט פארמאכט אויף ל"ג בעומר
יג אייר תשפ"ד 📝
אין די אידישע וועלט האט מען אויפגענומען מיט גרויס ווייטאג די מודעה פון די אינסטאנצן אז זיי גייען אפשפארן דעם גאנצן מירון געגענט אויף די אלע טעג פון ארום ל"ג בעומר, און זיי פלאנען אפצוהלאטן די אלע וואס וועלן פרובירן ארויפצוקומען, זאגענדיג אז צוליב די מצב המלחמה, און די נאנטקייט צו לבנון קען מען נישט פארזיכערן דאס ארט, און זיי האבן מורא צו ערלויבן אין אזא צייט אזא גרויסע פארזאמלונג.
ערליכע אידן ווייטאגן אויף די גאנצע קיום המדינה, און מען דארף נישט זייער ממשלה, און זיכער נישט זייערע מלחמות, און מען איז מתפלל אז מען זאל יא קענען צוקומען און מתפלל זיין ביי דעם גרויס מקום קדוש, דעם מקום מסגול לתשובה, און דערנאך זיך קענען פרייען מיטן שמחת הילולא פון הייליגן רבי שמעון אויפן פלאץ פון זיין הייליגן ציון.
לאור זה ווערן געפלאנט אין פילע שטעט אין ארץ ישראל און אין חוץ לארץ אסאך מער און אסאך גרעסערע מעמדי הדלקה, צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער טויזנטער אידן וואס וואלטן געוואלט פארן צום הייליגן רבי שמעון, אבער בלייבן דא.
דער ראש ישיבה האט געהאט גרויסע ספקות צי ער זאל פארן ווי יאר יערליך קיין מירון, אבער למעשה האט דער אויבערשטער געפירט אז דער ראש ישיבה שליט"א האט יא געקענט פארן. און יעצט געפונט זיך שוין דער ראש ישיבה אין מירון, ווי די בחורים פון די ישיבה היכל הקודש אין ארץ ישראל האבן זיך אלע אריבערגעצויגן פאר די עטליכע טעג קיין מירון, ווי זיי ווייל במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלכע איז זיי מדריך און מחזק, לערנט מיט זיי און געבט שיעורים.
אין אזא צייט איז וויכטיג צו געדענקען אז דער עיקר וועג וויאזוי זיך מקשר צו זיין מיט'ן הייליגן רבי שמעון איז דורך לערנען זיינע הייליגע ספרים, מען לערנט די הייליגע זוהר, תיקוני זוהר, מען לערנט משניות גמרא, און אזוי איז מען זיך מקשר מיטן הייליגן תנא פון וואו מען איז נאר אויף דער וועלט, און מען קען זיך דערביי אויסבעטן און פועלן אלעס גוטס.
תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו