שבועות וועט מען באנייעם דעם גרויסן בית המדרש אין שטעטל
ה סיון תשפ"ה 📝
מיר גרייטן זיך צום הייליגן און פרייליכן יום טוב שבועות, ווען מיר גייען פון פריש מקבל זיין די הייליגע תורה, זיך דערנענטערן פון פריש צום הייליגן באשעפער.
ביים הייליגן רבי'ן איז יום טוב שבועות געווען איינע פון די דריי צייטן וואס מען איז זיך צאמגעקומען ביים רבי'ן. דאס איז נישט דווקא אין אומאן, דאס איז וואו עס קומען זיך צוזאם א מנין ברסלב'ער חסידים וואס גלייבן אין רבי'ן און פאלגן דעם רבי'ן, איז דארט מסוגל צו זיין כדי צו ווערן געראטעוועט פון עולם התוהו און צו זוכה זיין צו קבלת התורה.
איבעראל ווי עס וואוינען אנשי שלומינו וועט מען זיך צוזאם קומען דאווענען אינאיינעם אויף אלע תפלות פון יום טוב, אנשי שלומינו זענען מכיר טובה פאר די געטרייע גבאים יעדער ביי זיי אין שטאט, וואס אי אפשר לפורטם כי רבים הם, וועלכע זארגן זיך א גאנץ יאר פאר די געברויכן פונעם בית המדרש אין די מתפללים. מען קען זיך פארבינדן מיט די לאקאלע גבאים פאר די פונקטליכע זמנים פון די תפלות. אזוי אויך וועט מען זיך צוזאם קומען זאגן אינאיינעם דעם תיקון ליל שבועות אויף דעם וועג וואס מוהרא"ש זי"ע האט אוועקגעשטעלט, מען זאגט דער ערשטער און דער לעצטער פסוק פון יעדע סדרה, מען זינגט אינאיינעם פרייליכע געהויבענע ניגונים פון די גרויסקייט פון כלל ישראל און די הייליגע תורה.
אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי גרייט מען אויך צום הייליגן יום טוב, ווען מיר וועלן האבן די זכי' אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט וויילן אין שטעטל אויף יום טוב, און עס איז ערווארטעט פילע משפחות וואס וועלן קומען צו גאסט אין שטעטל, מיטצוהאלטן א געהויבענעם יום טוב אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א.
גלייכצייטיג וועט אויך פארקומען דער חנוכת הבית פאר'ן נייעם גרויסן שול און מקוה וואס מען פארענדיגט יעצט צו בויען, וואס וועט פיל צוגעבן פאר די שטעטל איינוואוינער, צו קענען האבן מער הרחבת הדעת ביים דאווענען און לערנען אין שול, נאכדעם וואס די ביז יעצטיגע שול איז שוין צו קליין געווארן פאר'ן גרויסן געברויך.
אין א בריוו האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן די וואך: "דעם קומענדיגן יום טוב שבועות וועל איך אם ירצה ה' זיין מיט אנשי שלומינו אין שטעטל, מיר וועלן מאכן די חנוכת הבית פאר'ן נייעם גרויסן שול. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה כז.) וואס מיינט א גרויסע הויז? "מקום שמגדלין בו תורה, ומקום שמגדלין בו תפלה", א פלאץ וואו מען וועט לערנען און דאווענען, און מוצאי יום טוב וועלן מיר טאנצן אינאיינעם, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, מיר זענען נישט פארלוירן, מיר האבן א רבי וואס גייט פאר אונז, מיר דארפן נישט זארגן."
ווי איינגעפירט אין די לעצטיגע יארן, שטעלט מען צו שבועות אינדערפרי א מילכיגע קידוש נאכ'ן דאווענען, און דעמאלט קומען ארויף פילע קינדער, בחורים, טאטעס, און זיידעס, וואס מאכן סיומים אויף חלקי התורה וואס זיי האבן זוכה געווען מסיים צו זיין. אנשי שלומינו גרייטן זיך אן סיומים אויף יום טוב שבועות, צו קענען מסיים זיין ברוב עם הדרת מלך. דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין א בריוו די וואך, "מיר וועלן אינדערפרי נאכן דאווענען האבן א גרויסע איבעראשונג פון קינדער, בחורים און אינגעלייט וואס וועלן ארויפקומען אויפן בימה מאכן זייערע סיומים, אשרי עין ראתה זאת".
לאמיר זיך אויפפרישן אינאיינעם צו מקבל זיין די הייליגע תורה, אנהויבן פון פריש לערנען תורה יעדן טאג, אנהויבן פון פריש זיך מחי' צו זיין מיט די מצוות פון די הייליגע תורה, אנהויבן נאכאמאל בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין ערליכע אידן און טון נאר די ווילן פונעם אייבערשטן.