שבועות אין שטעטל קרית ברסלב וועט בעז"ה געפראוועט ווערן מיטן ראש ישיבה שליט"א
ח אייר תשפ"ב 📝
די איינוואוינער פון שטעטל קרית ברסלב ליבערטי נעמען אויף מיט גרויס פרייד די מעלדונג פון ראש ישיבה שליט"א אז ער פלאנט מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו וויילן אין שטעטל אויפן קומענדיגע יום טוב שבועות.
אנשי שלומינו ווייסן אז עס לוינט זיך נישט צו פארפאסן א שבועות מיטן ראש ישיבה. די אלע וואס זענען נאר געווען מיטן ראש ישיבה אין די פארגאנגענע יארן, ווילן אויך היי יאר נישט אויפגעבן דעם געהויבענעם געשמאקן שיינעם יום טוב מיטן ראש ישיבה. די איינוואוינער פונעם שטעטל זענען גוט באקאנט מיט זייער הכנסת אורחים, ווי מען זעט ממש יעדע וואך במשך דעם קיילעכיגן יאר איז דער שטעל פול מיט געסט וואס קומען באזוכן דעם שיינעם פלאץ בפרט איז דא א גרויסע פארלאנג צו קענען מיטהאלטן א שבת אין קרית ברסלב ליבערטי.
די פילע געסט קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן פונעם שיינעם און ריינעם שטעטל, זיי זעען ווי אלע לעבן א פשוטע און דאך א פרייליכע לעבן, מיט די עצות פון הייליגן רבין. מען קוקט זיך צו מיט ווינדער ווען מען זעט כסדר ווי די איינוואוינער - אפילו די קליינע קינדער - אדער כאפן זיי א שפאציר און שמועסן זיך אויס מיטן אייבערשטן, אדער איז מען אין בית המדרש מיט א ספר אין האנט, זאל עס זיין א חומש, א משניות צי א תהלים.
אזוי ווי אין די פארגאנגענע יאר ווערט ערווארטעט אויך היי יאר א ריזיגער פלייץ פון געסט פון איבעראל וואס ווילן קומען מיטהאלטן דעם יום טוב אין שטעטל, דער ראש ישיבה איז ארויסגעקומען מיט א רוף צו די איינוואוינער אין שטעל קרית ברסלב אז מען זאל זיך שטארק אנשטרענגען און נאך מער און נאך ברייטער עפענען די טירן און אריינעמען וויפיל געסט נאר מעגליך אויף יום טוב.
די חשובע משפחת מזרחי שיחיו פון שטעטל געבט זיך אוועק אינאיינעם מיטן "בית התבשיל" מען זאל קענען צושטעלן וואס מער אכסניות צו שלאפן און עסן פאר אנשי שלומינו, ווער עס וויל קומען אויף שבועות אין שטעטל, ווערט געבעטן צו רופן 845-248-3218 וואס שנעלער, כדי מען זאל קענען צופרידן שטעלן אלעמען דאס בעסטע וואס מעגליך.
צְבִי וְאִתְרְעִי בָן, וּמְסַר לָן אוֹרַיְתָא