שבע ברכות דורך פוסק הדור מרן גאב"ד קארלסבורג שליט"א
יא סיון תשע"ט 📝
פארגאנגעם מיטוואך האט די קארלסבורגער קהילה אין בארא פארק געפראוועט א שיינע שבע ברכות לכבוד די גרויסע שמחה פון די חתונה פונעם עטלסטן אור אייניקל בן אחר בן פונעם רב שליט"א.
דער רב כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א, האט אויפגעטרען מיט גאר ווארימע דברי תורה וברכה, און באווינדערט ווי די שיין חתונה איז געווען און ווי שטארק ער האט הנאה געהאט צו זען א חתונה מיט אן עכטן אידישן טעם אזוי מ'האט זיך געפירט אין אלע דורות, אן פארפאטשקענען אידיש געלט און צייט פאר נארישקייטן, און האט ווארעם אנגעווינטשן פארן ראש ישיבה אז ער זאל ווייטער האבן הצלחה מיט זיין הייליגע ארבעט פון הרבצת התורה און אויסגעפירט אז ממנו ילמדו וכן יעשו.
כל זכות אבות יגן עלינו
בילדער פונעם שבע ברכות