גאר א שיינעם שבת איז אריבער פארגאגענעם שבת ויצא אין קרית ברסלב ליבערטי נ"י פאר אלע תלמידות בית פיגא שתחיו פון אלע שטעט פון גרעיטער ניו יארק.
דער שיינע שבת התוועדות איז אנגעפירט געווארן דורך די געטרייע מנהלת פון בית פיגא מרת לעסער תחי'.
די סעודות שבת איז אריבער גאר שיין, מען האט פארברענגט צוזאמען גאר געשמאק, פרייטיג צונאכטס נאכ'ן סעודה זענען אריבער געקומען די פרויען וואס וואוינען אין שטעטל און צוזאמען האט מען געזינגען זמירות שבת ביז אין די שפעטע שעות, עס איז געווארן אהערגעשטעלט גאר א שיינע פאנעל און שיינע דרשות דורך די פרויען אנשי שלומינו פון קרית ברסלב פון וואס די תלמידות האבן מורא'דיג שטארק הנאה געהאט.
אינדערפרי האבן די תלמידות געדאווענט צוזאמען גאר א ווארימע דאווענען, דערנאך האט מען געפראוועט א שיינעם סעודה.
שלש סעודות איז אויך פאראיבער אויף גאר א שיינעם פארנעם, עס איז געווארן אהערגעשטעלט ביי איינע פון די חשובע איינוואוינער אין שטעטל.
מוצאי שבת ביי מלוה מלכה האט מען פארגעשטעלט גאר א שיינע שפיל פון וואס די תלמידות זענען ארויס מלא חיזוק.
 
השבת נועם הנשמות