שבת התוועדות מיט געקליבענע צאל בחורים אין גלילות קרית יואל
א כסלו תשפ"ג 📝
איינע פון די זאכן וואס דער ראש ישיבה מאנט פון די בחורים, איז אז ווער איז וויל זיין א תלמוד פון ישיבה, מוז גיין נאך געלט. דער ראש ישיבה זאגט פאר די בחורים, אז ווען מען העלפט די ישיבה העלפט מען זיך אליינס. די בחורים תלמידי הישיבה, גייען טאקע כסדר נאך געלט, און געבן איבער דאס געלט וואס זיי האבן צוזאם גענומען פארן ראש ישיבה. דער ראש ישיבה זאגט אז די קליינע סכומים צוזאם געשטעלט דורך די בחורים, איז אים אסאך מער חשוב ווי איינער וואס געט אפילו א גרעסערע סכום פון זיין מעשר געלט.
פארגאנגענע וואך שב"ק פרשת חיי שרה, איז דער ראש ישיבה ארויסגעפארן מיט זיין משפחה צו א שיינע פלאץ אין גלילות פון קרית יואל, ווי מען האט געפראוועט א שיינע שבת מיט די בחורים וואס גייען נאך געלט.
די בחורים האבן געדאווענט און געגעסן אלע סעודות שבת קודש אינאיינעם מיטן ראש ישיבה. אזוי אויך האבן די בחורים מיטגעהאלטן די תפלות מיטן ראש ישיבה וואס האט געדאווענט אלע תפלות פארן עמוד.
במשך די סעודות שבת האבן די בחורים געשמועסט שעות לאנג מיטן ראש ישיבה פון די זיסע עצות פון רבין, בעיקר האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז ווער עס וויל זיך האלטן ביים הייליגן רבין, מוז האבן א גוטע חבר מיט וועם צו שמועסן, א חבר וועט מחזק זיין.
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז נאר אזוי האט ער זיך געקענט האלטן ביים רבין, ווייל ווען ער איז נתקרב געווען צום רבין האט ער געהאט א גוטע חבר הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א וואס זיי פלעגן זיך אלץ מחזק זיין איינע דעם צווייטן, בפרט האט דער ראש ישיבה געזאגט, איז עס וויכטיג נאכדעם וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט אלץ צו מאכן פאר א מקורב חלישת הדעת, ער מאכט שפירן דעם מענטש "מ'דארף דיך נישט", אדער מענטשן זאגן אים "עס איז נישט פאר דיר, דאס איז א פלאץ פון שוואכע", אדער ווען די משפחה מישט זיך אריין, און אזוי ווייטער מוז מען האבן א גוטע חבר, כדי מען זאל נישט צופאלן.
איינער פון די תלמידים האבן געפרעגט דעם ראש ישיבה וויאזוי קען מען צוקומען צו אזעלכע גרויסע מדרגות ווי דער היילגער רבי און מוהרא"ש זענען צוגעקומען. האט דער ראש ישיבה געענטפערט "אז דו וועסט זיין גרייט צו דינען דעם אייבערשטן אפילו מ'שטופט דיר אוועק, דו וועסט גארנישט וועלן אויסער דינען דעם אייבערשטן, וועסטו אנקומען צו זייער שיינע זאכן".
דער ראש ישיבה איז אריין אין א שמועס איבער "עין הרע", פון אלע זייטן שרעקט מען אן און מען פרובירט צו שטופן דעם מענטש זיך כסדר "אפצושפרעכן", דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז אויב מ'לעבט מיט אייבערשטן, דארף מען נישט מורא האבן פון קיינעם, אויך נישט פון קיין עין הרע, דער אייבישטער היט.
מוצש"ק האט מען געהאט צוגאסט הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א מיט זיין זון הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א. דער ראש ישיבה האט מכבד געווען רבי אברהם חיים צו רעדן, וואס האט מהנה געווען דעם עולם מיט שיינע דברי תורה.
דערנאך האט ראש ישיבה מכבד געווען רבי זלמן לייב צו פארציילן א מעשה פון א צדיק, ווי מען פירט זיך מוצש"ק כדי אנצוהייבן די וואך מיט אמונת חכמים.
דער ראש ישיבה איז אריין אין א שמועס איבער רבי נתן'ס התקרבות וואס האט זיך אנגעהויבן א מוצש"ק, דער ראש ישיבה האט פארציילט אז רבי נתן איז געווען אין א חבורה פון חסידישע אינגעלייט וואס פלעגן פראווען מלוה מלכה אינאיינעם, זיי פלעגן מאכן א גורל יעדע וואך ווער עס זאל ברענגען די בייגעלעך, איינמאל ווען עס איז געפאלן דעם גורל אויף רבי נתן, האט ער אויפן וועג געטראכט צו זיך "פאר דעם בין איך געקומען אויף דער וועלט צו קויפן בייגעלעך?" ער איז געווען זייער צובראכן, און האט געטראפן א שול וואס די עזרת נשים איז געווען אפן, און ער האט זיך געזעצט זאגן תהלים מיט גרויס געוויין, און ביי קאפיטל נ"א איז ער אנטשלאפן געווארן אויפן תהלים, און ער האט זיך געחלומט ווי ער פרובירט ארויפצוגיין אויף א לייטער, אבער ער פאלט כסדר אראפ, און וואס העכער ער באווייזט צו גיין, אלץ גרעסער איז דער קלאפ נאכדעם וואס ער איז אראפ געפאלן, אינמיטן קומט א איד און זאגט אים "דראפע דיך און דערהאלט דיך". שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום הייליגן רבין האט ער דערקענט אז דער מענשט וואס האט אים מחזק געווען אינעם חלום אז ער זאל זיך דערהאלטן איז געווען דער הייליגער רבי.
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברעגט אז דאס איז דער הייליגער רבינ'ס לימוד, מען זאל גיין ווייטער און נישט קוקן אויף צוריק, נאר אלץ אנהייבן פון יעצט, און אזוי וועט מען צום סוף אנקומען צו גאר גרויסע מדריגות.
די בחורים זענען אהיים מיט די געשמאקע טעם פון א שבת מיטן ראש ישיבה וואס וועט זיי פארבלייבן אין זכרון פאר גאר לאנג.