קרעדיט: מו"ה אהרן פיש הי"ו
נאכן שבת התוועדות סיום הש"ס פאר צוויי יאר צוריק אין סטעמפארד האטעל, האבן אנשי שלומינו תיכף געבעטן אז אזעלכע שבתים זאלן געפראוועט ווערן מער אפט; און מען האט טאקע געפלאנט אזא שבת פאריאר ווינטער, וואס צוליב דעם אלוועלטליכן "קאוויד" אויסברוך איז עס למעשה דאן נישט צושטאנד געקומען.
געלויבט דעם אייבערשטן אז יעצט נאך איבער צוויי יאר ווארטן, איז געמאלדן געווארן דער פריידיגער בשורה אז מען גרייט זיך שוין ווידער צו א גרויסער שבת התוועדות מיט אלע אנשי שלומינו אינאיינעם, וואס וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר צוזאמען מיטן פונעם פרייליכן סיום סדר מועד וואס וועט פארקומען בעזרת השי"ת שב"ק פרשת פקודי אינעם הערליכן קראון פאלאז סטעמפארד האטעל.
די שמחה איז גאר גרויס ביי אנשי שלומינו ווען מען איז ב"ה ארויפגעשפרינגן אויפן שנעל פארענדן באן, און מען לערנט יעדן טאג א בלאט נאך א בלאט, און עס גלייבט זיך קוים אז מען האט שוין ברוך השם דורכגעלערענט אין די בערך צוויי יאר זינט פאריעריגן סיום הש"ס די מסכת פון ברכות, שבת, עירובין, פסחים, שקלים, יומא, סוכה, און טאקע היינט זונטאג פרשת לך איז דער סיום אויף מסכת ביצה. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען אין די קומענדיגע וואכן ביזן שבת התוועדות ענדיגן די איבעריגע מסכות הש"ס פון סדר מועד: ראש השנה, תענית, מגילה און מועד קטן, וואס אינאיינעם איז עס א קיימא לן פון 768 דפים, וואס איז נאנט צו א דריטל פון גאנץ ש"ס.
די עסקנים האבן געמאלדן אז עס ווארט א הערליכע שבת ווי מען וועט פארברענגען בשבת אחים, דאווענען אינאיינעם, עסן די סעודות שב"ק און זינגען זמירות שב"ק, הערן דרשות התחזקות, פון וואס מען וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסנעמען התחזקות און כח אנצוגיין פאר זיך פאר די בני בית און די קינדער פאר א לאנגע צייט.
די עירלי ביורד ספעשל פרייז ביז שבת חנוכה - וועט זייט $985 פאר א קאפל, וואס מען קען באשטעלן דורכן רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו 917-232-9070.
א בלאט גמרא דאס איז מיין לעבן, א בלאט גמרא דאס איז מיין שטרעבן!
📸 מוצאי שב"ק ביים שבת התוועדות סיום הש"ס טבת תש"פ אין קראון פלאזא האטעל
🎦 דרשה פון ראש ישיבה ביים שבת התוועודת טבת תש"פ אין קראון פלאזא
🎞️ פארשטלונג פון בארימטער קאמפאזיטער יוסי גרין ביים שבת התוועדות טבת תש"פ

🎞️ די גאר געהויבנע ריקודין ביים סיום הש"ס טבת תש"פ אין קראון פלאזא