ווי שוין געמאלדן וועט דער שבת התוועדות סיום סדר מועד פארקומען שבת פרשת ויקרא הבעל"ט, ווען מען וועט זיך צוזאמנעמען אינאיינעם אויף גאר א געשמאקע שבת, צוגעשטעלט אויף א הערליכן און געשמאקן פארנעם, אין די פראכטפולע קראון פלאזא סטעמפארד האטעל.
די עסקנים האבן געמאלדן אז עס ווארט א הערליכע שבת, מען וועט פארברענגען בשבת אחים, דאווענען אינאיינעם, עסן די סעודות שב"ק און זינגען זמירות שב"ק, הערן דרשות התחזקות, פון וואס מען וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף באקומען התחזקות און כח אנצוגיין פאר זיך און פאר די גאנצע פאמיליע פאר א לאנגע צייט.
די עסקנים האבן אפגעדינגען דעם גאנצן האטעל מיט אלע צימערן, פון וואס פילע צענדליגע זענען שוין אויסגעכאפט געווארן. די "עירלי ביורד ספעשל" פון $985 פאר א פארפאלק, ענדיגט זיך דעם היינט זונטאג פרשת משפטים, נאכדעם וועט די פרייז ארויפגיין צו $1085 פער קאפל.
רופט שוין 347-415-2888 זיך צו פארזיכערן מיט די ביליגע פרייז.
מען קען איבערגעבן דאס געלט ביי:
קרית יואל/מאנסי: מו"ה אלי קנאל הי"ו
וויליאמסבורג/בארא פארק: מו"ה ליפא שווארץ הי"ו
קרית ברסלב: מו"ה ארי פיש הי"ו
השבת נועם הנשמות!
📰 ספר קדושת ישראל