אין עטליכע וואכן ארום וועט אי"ה פארקומען צום ערשטן מאל א שבת התוועדות פאר אלע תלמידות "בית פיגא" ברסלב פון איבעראל, וואס וועלן זיך צוזאמקומען אינאיינעם אויף א שיינעם שבת, און זיך צוזאמען מחזק זיין מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז.
 
דער שבת וועט אי"ה ווערן אנגעפירט דורך די חשובע מנהלת מרת לעזער תחי', וואס איז ברייט באקאנט מיט אירע איבערגעגעבנקייט צו יעדע תלמידה באזונדער, און עס אנטשפרעכט צו זיין גאר א שיינער געשמאקער שבת פון וואס די מיידלעך וועלן זייער שטארק הנאה האבן.
 
השבת נועם הנשמות!