אנשי שלומינו חסידי ברסלב היכל הקודש גרייטן זיך מיט גרויס שמחה צום גרויסן סיום הש"ס קומענדיגע יאר שבת קודש פרשת ויגש ז' טבת, וואס וועט בעזרת השם יתברך געפראוועט ווערן אינעם שיינעם "קראון פלאזא האטעל", אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א.
ביי יעדער אינגערמאן מאנשי שלומינו איז א פשוטע זאך אז איינע פון די ערשטע שיעורים (נאך חומש - מעביר סדרה זיין, און א שיעור משניות) איז צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא.
מוהרא"ש פלעגט כסדר נאכזאגן פון ספר ווי העמודים אז "א בלאט גמרא א טאג איז א חיוב אויף א מענטש ווי הנחת תפילין". איי דו האסט נישט קיין קאפ? דו האסט טירדות? דיין חבורתא קומט נישט? נעם דיר דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבין (עיין שיחות הר"ן סימן ע"ו), און זאג די הייליגע ווערטער פון די גמרא, אזוי וועסטו זוכה זיין דורכצוגיין כל התורה כולה.
בפרט געדענקען אנשי שלומינו די בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט אכט יאר צוריק נאך פסח, נאך דעם שווערן סטראוק ל"ע, וואס עס איז נישט דורך א טאג וואס ער האט נישט געשריבן אינעם בריוו, "היינט לערנט מען מסכת פלוני דף פלוני", הייב היינט אן צו לערנען אויפן גמרא אויפן סדר פון דף היומי, ווייל נאר די בלעטער גמרא וואס מיר לערנען אויף דער וועלט, נאר דאס נעמען מיר מיט אויף יענער וועלט.
מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דער דף היומי איז א מתנה וואס דער הייליגער רבי האט געגעבן פאר הגאון ר' מאיר שפירא זצ"ל ראש ישיבת חכמי לובלין, אויף דעם וואס ער האט זיך אוועקגעגעבן פאר די ברסלבע חסידים פון פוילן ווען זיי האבן נישט געקענט פארן קיין אומאן אויף ראש השנה צוליב וואס די גרעניצן זענען געווען פארמאכט, האט ער איבערגעגעבן זיין ישיבה וואס איז געווען ליידיג בין הזמנים אז די ברסלבע חסידים זאלן קענען דאווענען אינאיינעם, און ער אליין האט אויך דארט געדאווענט עטליכע יאר, בזכות זה האט אים דער הייליגער רבי מזכה געווען אריינצוברענגען דעם געדאנק פון דף היומי ביי כלל ישראל. אמת אז אין אנפאנג האט א געוויסע פארטיי געוואלט פארכאפן דעם געדאנק פון דף היומי פאר זייער פאליטיק, אבער היינט ווייסט שוין יעדער אז דער דף היומי געהערט פאר יעדער איד באזונדער, און האט נישט קיין שום שייכות מיט קיין שום פארטיי.
פאר זיבן יאר צוריק זענען געווען פילע אינגעלייט און בחורים וואס האבן זיך צוגעהערט וואס מוהרא"ש זאגט, און טאג איין טאג אויס האבן זיי זיך נישט געלייגט שלאפן איידערן לערנען א בלאט גמרא. יעצט נאכן הארעווען זיבן יאר, הזורעים בדמעה ברנה יקצורו, זענען זיי זוכה זיך צו פרייען מיט דעם גרויסן שמחת התורה, צו ענדיגן כל הש"ס כולה.
יעצט איז די צייט זיך צו מאכן א ריכטיגע חשבון - וויאזוי גיי איך אויסזען אין ב' סיון תשפ"ז: וועל איך נאך אלץ האלטן אינמיטן שפעקולירן צי מען דארף בויען א וואנט ביים גרעניץ פון מעקסיקא אדער נישט? (וועם וועט דאס דעמאלט אינטערעסירן?...) אדער וועל איך יעצט האבן דעם שכל און פאלגן די עצות פונעם צדיק, און נאך היינט אנהייבן צו לערנען דעם דף גמרא (דאנערשטאג תרומה, חולין דף ע"ב), און בערך זיבן יאר פון היינט ווען מ'וועט נאכאמאל האלטן ביי חולין דף ע"ב וועסטו אויך זוכה זיין צו ענדיגן ש"ס, און דורכדעם זוכה זיין צו א גוט לעבן אויף דער וועלט און יענע וועלט.
צו דעם גרויסן געלעגענהייט האט מען אפגעדינגען דעם גאנצן האטעל מיט אלע צימערן, ווי אלע תלמדי היכל הקודש וועלן ארויסקומען מיט זייערע משפחות און פארברענגען דעם גאנצן שבת קודש מיט א רייכע פראגראם.
בקרוב וועט געמאלדן ווערן די דעטאלן איבער רעזערווירן צימערן.
 
פרטים יבואו