שבת קודש פרשת ויקרא הבעל"ט - ענדגילטיג באשטימט אלץ שבת התוועדות בעזהשי"ת
ג טבת תשפ"ב 📝
מיט גרויס צופרידנהייט נעמען אויף אנשי שלומינו, אז דער דאטום פארן גרויסן "שבת הוועדות" "שבת סיום סדר מועד" וועט בעזרת השם פארקומען ברוב פאר והדר קומענדיגן חודש אדר ב' שבת קודש פרשת ויקרא הבעל"ט אינעם הערליכן געשמאקן האטעל "קראון פלאזא" אינעם שטעטל סטעמפארד, קאנעטיקוט.
ווי שוין באריכטעט, ווערט צוגעגרייט א הערליכע געשמאקע שבת קודש פראגראם פונעם אנקומען ערב שבת קודש, ביז מוצש"ק ביים אהיים פארן, געשמאקע סעודות כיד המלך, הערליכע דרשות, שיינע ריינע צימערן, באטעס, און מעמדים וואס וועלן אריינגיין אין די ביינער פון אלע אנשי שלומינו מענער פרויען און קינדער, און וועט מקרב זיין די הערצער צום אייבערשטן מיט אהבת תורה און יראת שמים, וואס וועט געדענקט ווערן דורך די באטייליגטע אויף לאנגע חדשים שפעטער.
פילע האבן זיך שוין איינגעשריבן און זיך פארזיכערט בס"ד א צימער פאר זיך און די משפחה. די אלע וואס האבן נאך נישט אנגעיאגט, קענען נאך אריינכאפן און רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו 917-232-9070.
האלט אייך געשפאנט פאר ווייטערדיגע מעלדונגען!