קרית ברסלב ליבערטי - א הערליכע שבת איז פאריבער אין שטעטל שבת קודש משפטים-שקלים צוזאמען מיטן ראש ישיבה שליט"א און די פילע געסט וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם דערהויבענעם שבת.
 
שוין אנגעהויבן פון דאנערשטאג נאכט מען שוין געזען פילע געסט וואס זענען שוין אנגעקומען אויף שבת, די חשובע משפחות אין שטעטל האבן זייער שיין אויפגענומען די חשובע געסט און זיי אריינגענומען אין שטוב, אזוי אויך האבן פילע משפחות גענומען בחורים צו עסן די סעודות שבת.
 
פרייטאג צונאכטס האט מען געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה האט געדאווענט קבלת שבת, וואס דאס האט אריינגעברענגט א געשמאק אינעם שבת, נאכן דאווענען איז דער עולם דורך דעם ראש ישיבה זאגן "גוט שבת", אינמיטן גוט שבת זאגן, איז געווארן א שטיקל שמועס, דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן: ווען איך האב אן איבעריגע מינוט בין איך עוסק אין שידוכים, קוק אן אזא חתן ווי בנימין וויילדי נרו יאיר, ער קומט פון איין סטעיט אין אמעריקא און די כלה פון אן אנדערן סטעיט, און אז א שידוך דארף פאסירן מאכט דער אייבערשטער אז ביידע זאלן דא אנקומען צו הערן חיזוק און אזוי איז געווארן די שידוך, דער ראש ישיבה האט געזאגט: "מוהרא"ש האט געהאלטן אז יעדע בחור קען ארבעטן מיט יעדע מיידל, פארשטייט זיך אז מען איז זוכה און מען טרעפט א זאך וואס איז צום הארצן און עס האט חן איז זייער גוט, אבער אויב האט עס נישט קיין חן שפארט מען נישט איין די קינדער אינדערהיים ביז מען וועט טרעפן א זאך וואס האט חן אין מיינע אויגן, נאר מען מאכט זיי חתונה ווי שנעלער."
 
שפעטער האט דער ראש ישיבה געזאגט פאר די וואס העלפן אין שטעטל מיטן דרייוון די שאטל אז דאס איז גאר א חשובע זאך, דער רבי האט זיך אויסגעדריקט גאר שטארקע ווערטער אויף די וואס העלפן אים אויף דער וועלט, ובפרט אז דו העלפסט מיר מיטן שאטל, וואס דאס איז מיין פריוואטע זאך וואס איך וויל גאר שטארק עס זאל האבן הצלחה, איך וויל עס זאל זיין מער ווי צוויי שאטל באסעס, אזוי אז ווען א פרוי דארף ערגעץ אנקומען זאל זי גלייך האבן א וועג.
 
נאך די סעודה איז מען זיך צאמגעקומען אין בית המדרש זינגען זמירות שבת, אויך איז געווען די שלום זכור ביי האברך מו"ה שלום יוסף יאקאבאוויטש הי"ו דער זון פון המפיץ הגדול מו"ה נתן יאקאבאוויטש שליט"א, און פון האברך מו"ה יחזקאל שארף הי"ו בן מו"ה אלימלך שארף שליט"א. דער ראש ישיבה האט פארציילט ביים באטע די מעשה ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געהייסן זיין תלמיד דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכות יגן עלינו ארויפגיין אויפן בוים און זיך צוקוקן וואס גייט פאסירן, ער איז אהיימגעקומען פיל מיט קשיות, האט אים דער בעל שם טוב געזאגט אז דאס איז א המשך פון א פריערדיגן גלגול. דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט אז דאס פלעגט מוהרא"ש פארציילן יעדעס יאר אין פרשת משפטים, כדי אונז צו לערנען אז מיר זאלן נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן ווען זאכן גייען נישט ווי מען וויל.
 
אויך האט מען געהאט די זכי' צו הערן אפאר דיבורים פון הרב רבי דניאל בוים שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון א איד וואס וויל זיין גוט, ער גיבט נישט אויף די רצון, וואס דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, אויך האט ער זיך באדאנקט פון טיפן הארצן פארן ראש ישיבה שליט"א פארן פירן זיינע קינדער און אייניקלעך אויפן ערליכן וועג אזוי ווי דער הייליגער רבי לערנט אונז. אויך האט ער ארויסברענגט דאס וואס מען זעט אין ארץ ישראל אז גאר אסאך אידן ווערן ערליך פון די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז היינט גאר שטארק צושפרייט און עס קומט אן גאר ווייט.
 
נאכן באטע האט רבי דניאל געזאגט פארן ראש ישיבה אז ער געדענקט ווי מען האט אים געזאגט אלס בחור: "דו וועסט נישט קיין חתן ווערן, ווייל דו ביזט א ברסלב'ער", און ברוך השם היינט קום איך שוין צו א שמחה פון אן איר אייניקל. האט דער ראש ישיבה זיך אויסגעדרייט צו די בחורים און געזאגט: "עטס הערטס וואס ער פארציילט? אים האט מען אויך געזאגט אז ער וועט נישט קיין חתן ווערן, און קוק וואס עס האט זיך אויסגעשטעלט, ער האט חתונה געהאט און ער זעט נחת ביי קינדער און אייניקלעך."
 
אינדערפרי האט מען געהאט די זכי' צו הערן דאווענען שחרית פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט אזוי ווארעם געדאווענט און געעפענט דאס הארץ צום אייבערשטן.
 
נאכן דאווענען איז געווען די ברית ביי מו"ה שלום יוסף יאקאבאוויטש שליט"א, דערנאך איז געווען א קידוש צום באווארפן פון החתן תלמיד הישיבה בנימין וויילדי נרו יאיר, דער ראש ישיבה האט ארום גערעדט פון שלום בית וואס דאס איז געווען ביים רבי'ן א יסוד היסודות, און ווער עס רעדט צו אינגעלייט אז מען דארף זיין אפגעשיידט פון די ווייב, איז דאס אבי אבות הטומאה און מען דארף פון דעם אנטלויפן, מען קען נאר זיין הייליג אויב מען האט שלום אין שטוב, און דאס איז די יסודות אויף וואס די שטעטל שטייט, מען קען נישט וואוינען אין שטעטל אויב מען האט נישט קיין שלום בית.
 
ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה געזאגט אז מען גייט שוין יעצט אריין אין חודש אדר, דארף מען זען צו ארבעטן גאר שטארק אויף שמחה, און שטיין ווייט פון עצבות ומרה שחורה.
 
מוצאי שבת איז מען זאך צאמגעקומען צו מלוה מלכה אנשים נשים וטף, מען האט זיך געוואשן און געזונגען זמירות, דערנאך האט דער ראש ישיבה געגעבן א לענגערע שיינע שמועס פון אסאך הערליכע נושאים, ובפרט פון דעם אז מען דארף זען יעדן טאג רעדן צום אייבערשטן אפאר מינוט, "א ברסלב'ע חסיד בעט דעם אייבערשטן א גאנצן טאג וואס ער דארף, וואס איז זייער גוט, אבער חוץ פון דעם דארף מען זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן אלעס וואס מען האט אויפן הארצן, וואס דאס איז זייער א וויכטיגע זאך פאר א מענטש." מען קען הערן דעם גאנצן שיעור אויף קול ברסלב, און אויף ברסלב סענטער וועבסייט.
 
די שבת האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע רושם אויף אלע איינוואוינער און געסט וואס האבן מיטגעהאלטן, און עס האט פריש אויפגעוועקט צו פאלגן די אלע עצות וואס דער ראש ישיבה לערנט מיט אונז שטענדיג.